מכתב יומי

ח אדר ב' תשע"ט

March 15 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, זכור, ח' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך שבת איז שבת זכור ווען מיר האבן א מצוה פון מחיית עמלק.


מוהרא"ש זאגט אז עמל"ק באטרעפט אזוי ווי דאס ווארט ספ"ק, ווייל די גאנצע קליפה פון עמלק איז אריין ברענגען ספיקות, קשיות און בלבולים אינעם מענטש. עמלק וויל אפשוואכן אונזער אמונה אינעם אייבערשטן און מ'זאל טראכטן אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל.


די וואך וועלן מיר מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, מיר וועלן אויסמעקן אלע ספיקות, קשיות און בלבולים דורכדעם וואס מיר וועלן אריין נעמען אין אונז אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער פירט די וועלט מיט א פונקטליכע השגחה, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז פלוני זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער.


דערפאר דארפן מיר זיך צוגעוואוינען צו רעדן נאר דיבורי אמונה; אלע אונזערע דיבורים דארפן זיין פונעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): אויפן פסוק (דברי הימים-א כט, יא): "לְךָ ה' הַמַּמְלָכָה" - זוֹ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק; איז מוהרא"ש מסביר, אז דורכדעם וואס מיר רעדן פונעם אייבערשטן, מען שמועסט פונעם אייבערשטן, מען דערציילט פאר אלעמען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און ער איז קעניג אויף דער וועלט, מיט דעם אליינס מעקט מען אויס עמלק וואס וויל אריין ברענגען ספיקות אין די אמונה.


אויך זאלסטו זיך פארנעמען אפצולאזן אלע מחלוקת'ער און נישט האבן צו טון מיט קיינעם אויף דער וועלט; דו גיי אויף דיין וועג און לאז א צווייטן גיין אויף זיין וועג און דיינע דיבורים מיט א צווייטן זאלן נאר זיין דיבורי התחזקות. זוך נישט וואו דו קענסט יענעם אונטעררייסן וכו'. מיט דעם וועסטו אויסמעקן די קליפה פון 'המן' און 'עמלק' וואס זייער גאנצע זאך איז נאר (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד", - מאכן מחלוקת און קריגערייען צווישן אידישע קינדער, אבער אסתר המלכה און מרדכי הצדיק, זייער זאך איז (אסתר ד, טז): "לֵךְ כְּנוֹס אֶת כָּל הַיְּהוּדִים", גיי נעם צוזאם אלע אידן, דערפאר איז יעצט די ריכטיגע צייט זאלסט אפלאזן אלע חשבונות וואס דו האסט מיט אנדערע און זאלסט נאר מחזק זיין א צווייטן.


בפרט אין שטוב - בעט איך דיר זייער - זאלסטו נישט רעדן אויף קיינעם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", און ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו איידעמער תלמידי חכמים; ווייל אז קינדער הערן שטענדיג פון זייער טאטע ווי ער איז מחשיב יעדן ערליכער איד וועלן זיי זיך דרייען ביי ערליכע אידן ביז זיי וועלן ווערן ערליכע אידן, אזוי אויך אז די טעכטער הערן ביים שבת טיש ווי מען רעדט שיין פון אלע ערליכע אידן וועלן זיי וועלן אז זייערע מענער זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן ביז זיי וועלן אויך זיין ערליכע אידן, מה שאין כן אויב דער טאטע מאכט שטענדיג חוזק פון ערליכע אידן, ביי אים איז נאר דא 'זיין ערליכע איד' און א צווייטער איז ביי אים פסול ומפוסל וועלן די קינדער מאכן א צד השוה אז קיינער איז נישט גוט רחמנא לצלן, ביז זיי וועלן לייקענען אין אלסדינג.


דו קענסט דאך אודאי דעם סיפור וואס מוהרא"ש דערציילט ווי שווער עס איז געווען פאר רבי נתן זכרונו לברכה צו מקורב ווערן צו חסידות בכלל און צום רבי'ן בפרט נאכדעם וואס זיין שווער הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט כסדר חוזק מאכן פון חסידים. דער רבי דוד צבי איז געווען זייער א גרויסער מענטש און האט געדינט אלס רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; מיט דעם אלעם פלעגט ער האבן א מנהג אז יעדן טאג האט ער געמאכט א סעודה מיט אלע קינדער און איידעמער, זין און טעכטער, און גערעדט צו זיי אנטקעגן חסידים, ווייל ער - דער גרויסער מענטש רבי דוד צבי - האט געהערט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו, ער איז געפארן צו אים און צוגעזען זיין הייליגע עבודת השם, איין זאך האט אים אבער זייער געשטערט, אז ער האט געהערט ווי די חסידים דארט רעדן מיט געשפעט אויפן הייליגן צדיק רבי מיכל'ע מזלאטשוב זכותו יגן עלינו, האט ער ביי זיך געטראכט: 'לאמיר פארן צו דעם צדיק', ווען ער האט צוגעזען די עבודה פון רבי מיכל'ע זלאטשובער האט ער ביי זיך געטראכט אז די עבודה געפעלט אים, אבער עס האט אים זייער געארט אז זיינע מענטשן רעדן אויף רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע, עס האט אים זייער געשטערט פארוואס מען דארף רעדן איינער אויפן צווייטן, איינער האלט פון דעם צדיק, אדער איינער איז א תלמיד פון דעם צדיק, פארוואס דארפסטו אוועק מאכן דעם אנדערן וועג?! און אזוי אויך די אנדערע, פארוואס מאכסטו חוזק פון זיי?! האט ער מחליט געווען און געמאכט א צד השוה אז ביידע זענען נישט; דאס האט אים געמאכט ער זאל רעדן און אנווארענען זיינע קינדער און איידעמער אוועק צו שטיין פון חסידים.


דאס וועט געשען ביי דיינע קינדער אויב דו וועסט רעדן טאג און נאכט אנטקעגן דעם און יענעם, דאס וועט ברענגען אז דיינע קינדער וועלן מחליט זיין וואס רבי נתן'ס שווער האט מחליט געווען און זיי וועלן חס ושלום אלעס אפלאזן. דעריבער בעט איך דיר, יעצט שבת זכור מעק אויס עמל"ק, לאז דיר אפ פון די כלומר'ישע מצוות וואס דער ס"מ רעדט דיר איין, "עס איז א מצוה צו רעדן אויף אים", און "עס איז א מצוה צו קריגן אויף דעם"; אז דו האסט געטראפן א וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן איז דאך גוט, פארוואס דארפסטו וויי טון א צווייטן?! וואס דארף דיר אנגיין וואס יענער טוט?! זיי קלוג; א קלוגער מענטש קוקט אויף זיך. דאס לעבן איז דאך אזוי קורץ, עס איז נישט דא קיין צייט צו זיין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "אין מיינע יונגע יארן האב איך געטראכט אז איך וועל פאררעכטן די גאנצע וועלט, שפעטער האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן די גאנצע וועלט האב איך געטראכט אז כאטשיג מיין שטאט וועל איך פאררעכטן, שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן מיין שטאט, האב איך געטראכט אז איך וועל פאררעכטן מיין משפחה, אבער ווען איך בין נאך מער עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט קיינעם פאררעכטן, איך וועל בלויז פרובירן מיר אליינס צו מתקן זיין".


מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן די מעשה מיט אונז כדי אריין צו ברענגען אין אונז אז מיר זאלן לעבן מיט זיך און נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן; על פי רוב די אלע מענטשן וואס זענען פארנומען מיט א צווייטן, זיי טראגן און ברענגען א גאנצן טאג לשון הרע פון איינעם צום צווייטן, די זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן.


מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט אריין צו מישן אין א צווייטנ'ס לעבן און זיכער נישט וויי טון א צווייטן, ווייל אז מען טוט וויי א איד באצאלט מען נאכדעם א טייערע פרייז. ביים שבת טיש זאלסטו נאר רעדן מיט דיינע קינדער גוטס אויף אידישע קינדער און קיינעם נישט אוועק מאכן, וועלן זיי בלייבן ערליכע אידן.


יעצט ווען מיר קומען נענטער צום יום טוב פורים איז די ריכטיגע צייט זיך איבער צו בעטן איינער מיטן צווייטן; אז דו האסט א שכן מיט וועם דו האסט א וויכוח אדער א סכסוך זאלסטו יעצט פורים ארויף גיין צו אים מיט א משלוח מנות און זיך איבערבעטן מיט אים, אזוי אויך אויב דו האסט איינער אין דיין משפחה מיט וועם דו ביסט צוקריגט - א טאטע, א שווער, א ברודער, א שוואגער וכדומה – איז יעצט פורים די ריכטיגע צייט זיך צו איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מיט א טענצל.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג אנווארענען מיר זאלן גוט וויסן אז אויב מיר זעען איינעם שלאגן אום פורים אז דער איז נישט קיין שיכור, נאר א רוצח! ווען איינער הייבט הענט, שלאגט אדער טשעפעט איז ער נישט קיין שיכור נאר א פשוט'ער רוצח. א שיכור איז דער וואס נעמט ארום יענעם מיט ליבשאפט, א שיכור איז דער וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל ליב האבן אידישע קינדער, איך זאל קוקן גוט אויף אידישע קינדער, העלף מיר איך זאל טון נאר חסד מיט אלע אידן".


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון הארץ ארויס. איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביי די לויה צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


תלמידי היכל הקודש דארפן זיך ליב האבן איינער מיטן צווייטן; יעדער איינער איז בארעכטיגט צו האבן זיין דעה און יעדער איינער זאל נעמען זיין חיזוק פון וואו ער שפירט אז ער באקומט חיזוק, אבער מען דארף זיך נישט פיינט האבן. תלמידי היכל הקודש זענען ערליכע אידן, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק ה) אז תלמידי היכל הקודש זענען די צדיקי הדור וואס לעבן מיטן אייבערשטן; דארף מען זיך ליב האבן איינער מיטן צווייטן און קוקן גוט אויף א צווייטן.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטשיג ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים"; ווייל ווען א מענטש וויל זיין אן ערליכער איד און ער קוקט ארויף ערליכע אידן, דאס אליינס וועט אים צוברענגען אז ער זאל אויך זיין אן ערליכער איד.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה, ווען א מענטש זעט אז ער האט נאך נישט מצליח געווען צו זיין ערליך און הייליג, אז ער זאל פארגינען א צווייטן איד ער זאל זיין ערליך און הייליג"; ווען א מענטש האט א געפיל צו ערליכע אידן, ער האט ליב א תלמיד חכם, דאס אליינס וועט אים צוברענגען אז ער זאל זיין א תלמיד חכם.


זאלסט האבן א פרייליכע שבת.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער פאר שבת.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, זכור, ח' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


די וואך שבת איז "שבת זכור" וואס איז זייער א גרויסער שבת, מיר האבן דעם שבת א מצוה אויסצומעקן עמלק.


בנוגע אויב פרויען דארפן הערן פרשת זכור; עס זענען דא פרויען וואס זענען זייער מקפיד צו גיין אין שול הערן פרשת זכור, וואודעראום זענען דא פרויען וואס קומען נישט אן צו גיין אין שול, פארלאזן זיי זיך אויף פורים אינדערפרי ווען מען גייט הערן די מגילה, וואס דעמאלט קען מען קומען אפאר מינוט פריער און הערן ווי דער בעל קורא ליינט די פרשה פון ויבא עמלק.


דער עיקר דארף מען אויסמעקן עמל"ק דורך ארויסגיין פון אלע ספיקות און קשיות אויף די אמונה; עמל"ק ברענגט אריין א קאלטקייט אינעם מענטש, אזוי ווי ביי עמל"ק שטייט (דברים כה, יח): "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ"; טייטשן די צדיקים, אז עמלק קילט אפ דעם מענטש און ברענגט אריין אין אים מחשבות אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל.


אויף דעם זענען דא די הייליגע צדיקים וואס האלטן מלחמה מיט עמל"ק, זיי זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן און ברענגען איין אין אונז א שטארקע אמונה אז מיר זאלן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס אויף דער וועלט איז דער אייבערשטער. דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך - אין דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, און אז אלעס וואס מען דארף זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט ער זיך צוגעוואוינט נישט צו בעטן פון קיינעם קיין טובות - נאר פונעם אייבערשטן; ווען ער האט געדארפט עפעס בעטן פון איינעם האט ער קודם געזאגט שטילערהייט: "הייליגער באשעפער" און נאכדעם ממשיך געווען הויך אויפן קול: "קענסט מיר העלפן וכו'?" יענער האט געטראכט אז ער בעט דאס פון אים, אבער מוהרא"ש האט גערעדט צום אייבערשטן. איינמאל איז ער געגאנגען קויפן מילך און די מילך איז געלעגן ביי די פלאץ וואו דער געשעפטס מאן איז געשטאנען און ער האט דאס געדארפט בעטן פונעם געשעפטס מאן, האט זיך מוהרא"ש אנגערופן - אזוי ווי שטענדיג: "אייבערשטער, קענסט מיר געבן א פלעשל מילך?" דער געשעפטס מאן קוקט אויף מוהרא"ש מיט גרויסע אויגן און פרעגט אים: "וואס זאגסטו?..." האט זיך מוהרא"ש גלייך געכאפט אז ער האט פארגעסן צו זאגן דאס ווארט 'אייבערשטער' שטילערהייט; עד כדי כך האט ער זיך צוגעוואוינט צו רעדן שטענדיג נאר צום אייבערשטן.


אזוי זאלסטו טון, יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן דעם אייבערשטן, בפרט ווען דו צינדסט ליכט זאלסטו בעטן אלע דיינע בקשות. עס זענען דא פרויען וואס זאגן בשעת הדלקת הנירות תחינות; עס זענען דא פרויען וואס ביי זיי פירט מען זיך צו זאגן א ספעציעלע קאפיטל תהילים; עס זענען דא פרויען וואס זאגן בכלל נישט קיין תחינות וכו', נאר זיי בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער אייגענע שפראך; יעדער זאל זיך פירן מיט זיינע מנהגים, אבער ווען דו ענדיגסט זאגן דיינע תחינות וכו' לייג ארויף די הענט אויף דיינע אויגן און בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך אלעס וואס דו דארפסט וועסטו זען א ישועה.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, אזוי זאלסטו אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; דאס זעלבע זאלסטו אויך בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיגע אזוי זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן. העלף ארויס אלע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן, מאך ליכטיג פאר מיין מאן און קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, וכו' וכו'".


א פרייליכן שבת.