מכתב יומי
ו אדר ב' תשפ"ב
March 09 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ו' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת זכור גייען מיר זוכה זיין אויסצומעקן עמלק. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "דער עיקר מחיית עמלק איז דורך שמחה", שמחה איז די זעלבע אותיות פון "'שֶׁמָחֹה' תִּמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק", מיט שמחה מעקט מען אויס די טומאת עמלק, שמחה פארברענט אלע קליפות; ווען מען איז פרייליך - איז מען זוכה צו קומען נענטער צום אייבערשטן.
מוהרא"ש זאגט, אינטערעסאנט איז, פינקט ביי די מצוה פון מחיית עמלק ווערן מענטשן אזוי צעשפילט מיט די נערווען, מען זוכט חומרות וכו'; אנשטאט מקיים זיין די מצוה פון אויסמעקן עמלק, די ספיקות, די נערווען, זיך פרייען מיט פשטות יהדות, זיך פרייען אז מען איז א איד, מען היט תורה ומצוות - זוכט מען ווי מער מען קען זיך צעברעכן.
מיט שמחה וועסטו באזיגן דיינע שווערע נסיונות, שמחה איז דער סוד וויאזוי מען איז מצליח. יעצט קען מען זען ביי די מלחמה פון אוקריינא מיט רוסלאנד, דער רוס איז דאך שטערקער ווי דער אוקריינער, אלע האבן געזאגט פאראויס עס וועט נעמען צוויי דריי טעג ביז ער וועט איינעמען אוקריינא, מען זעט אבער ווי דער אוקריינער שלאגט צוריק, עס איז נישט אזוי גרינג פאר'ן רוס איינצונעמען, ווייל זייער פירער שטארקט זיי, ער מאכט פרייליך זיינע סאלדאטן און זיינע בירגער, - דאס געבט זיי כח צו קענען צוריק שלאגן. מוהרא"ש ברענגט אז אזוי איז געווען ביי נאפאליאן, ער האט געהאט גרויסע נצחונות; האבן צדיקים געזאגט, נאר ווייל ער האט אריינגעברענגט אין די סאלדאטן שמחה, ער האט געברענגט מוזיק ביי די פראנט, ביי די שלאכטן - דאס האט זיי געגעבן כח. דאס דארף אונז לערנען מיר זאלן זיין פרייליך, זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט "שלא עשני גוי", זיך פרייען מיט יעדע נקודה טובה וואס מיר טוען.
נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה, או איז דאס געווען א הפצה; עס זענען געווען גרויסע היימישע משפחות וואס האבן נאר געהערט לשון הרע אויף די פלאץ, יעצט האבן זיי געזען אז דאס איז אלעס לשון הרע. די וואס מאכן חתונה אין ישיבה האבן צוויי בענעפיטן דערפון, קודם איז דאס בחינם, א שיינע הערליכע אידישע שמחה בחנם, בנוסף לזה אז זיי מאכן א גרויסע הפצה, עס קומען ארויף מענטשן און זעען אז אלעס איז לשון הרע. דער מסדר קידושין איז געווען דער סאטמער רב שליט"א; עס איז געווען א גרויסע הפצה.
הויב אן מסכת יבמות, די דף גמרא האט נישט צוטון מיט ציונות, מיט פארטייען; אז מען לערנט דעם בלאט גמרא איז דאס נישט קיין שום זאך פון זיין א חלק מיט די פארטייען, עס איז א וועג צו ווערן נענטער צום אייבערשטן.
מארגן וועט זיין דער וועכנטליכער שיעור, מיר וועלן חזר'ן די עצות ווי אזוי מען מעקט אויס עמלק; קום צום שיעור, קום זיך אויפפרישן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.