מכתב יומי

ה אדר תשע"ח

February 20 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט יעצט דער יום טוב פורים און גלייך נאך פורים איז שוין פסח. איך דארף באצאלן פאר אלע מלמדים, טיטשערס און אלע אנדערע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מורא'דיג געטריי און זייער איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער, אבער אֵין הַקוֹמֵץ מַשְׂבִּיעַ אֶת הָאֲרִי, וְאֵין הַבּוֹר מִתְמַלֵּא מְחוּלְיָיתוֹ, די הוצאות דעקן זיך נישט פון שכר לימוד; אפילו אלע עלטערן זאלן ווען צאלן שכר לימוד וואלטן מיר אויך נישט געקענט דעקן די הוצאות, כל שכן אז נישט יעדער צאלט.


מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט פאר מיר א תקנה אז איך טאר נישט קוקן צי די עלטערן צאלן יא שכר לימוד צי זיי צאלן נישט, אזוי ווי די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט - צווישן זיי הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו - אז מען טאר נישט אהיים שיקן א קינד אויב די עלטערן צאלן נישט שכר לימוד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים פא.): "הִזָּהֲרוּ בִּבְנֵי עֲנִיִּים, שֶׁמֵּהֶן תֵּצֵא תּוֹרָה", מען זאל אכטונג געבן אויף קינדער פון ארעמעלייט, ווייל פון זיי וועלן אויסוואקסן בעלי תורה; למעשה ליגט אויף מיר א שווערער לאסט און איך גיי ארום מיט קאפ וויי פון דעם וואס איך קום די איינגעשטעלטע זייער ברויט.


איך בעט אלע עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אין אונזער חדר און אין אונזער מיידל סקול: "איר קענט נישט שטיין פון דער זייט ווען מיר קענען נישט צאלן די מלמדים און טיטשערס, איר דארפט זיך אנשטרענגען צו צאלן שכר לימוד". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל געלט מען וועט פארדינען דורכאויס דעם גאנצן יאר, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", חוץ וואס א מענטש דארף האבן פאר שבת און יום טוב און פאר שכר לימוד, וואס דאס ווענדט זיך שוין אינעם מענטש אליינס, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", וויפיל דער מענטש געבט אויס פאר דעם, אזוי פיל באקומט ער צוריק, אויב געבט ער אויס מער וועט ער באקומען מער און אויב געבט ער אויס ווייניגער, וועט ער באקומען ווייניגער; זעט מען פון דעם אז אויב מען צאלט שכר לימוד קומט אריין מער שפע פארן מענטש.


איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל סקול וכו'; איך קען נישט טראכטן גראד ווען איך קום דאס געהאלט פאר די איינגעשטעלטע.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "אויב עלטערן שטרענגען זיך אן צו צאלן שכר לימוד וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער. און אויב צאלט מען נישט קיין שכר לימוד וועט מען דאס אנזען אויף די קינדער".


איך האב נישט געגעבן א שיעור נעכטן נאכט ווייל איך האב געהאט א משפחה שמחה. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.