מכתב יומי

ל שבט תשע"ח

February 15 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער עיקר וואס מען דארף האבן אויף דער וועלט איז התחזקות; יעדער איינער דארף התחזקות. ווי גרויס א מענטש זאל נאר זיין דארף מען האבן התחזקות.


ר' נתן האט געזאגט אויף ר' ליפא: "איך ווייס אז ער איז געווען פרומער פון מיר, און יעצט, וואו איז ער און וואו בין איך... ער איז געווארן אפגעקילט וכו' און אוועקגעגאנגען פון רבי'ן, ווייל ער האט נישט גענומען פון רבי'ן קיין התחזקות".


ווען א מענטש נעמט דעם רבינ'ס עצות; ער פאלגט די עצות, ער ניצט די עצות, ער לעבט מיט די עצות. יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן און יעדע זאך וואס קוועטשט אים זאגט ער פארן אייבערשטן, וועט ער זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.