מכתב יומי

ו אדר תשע"ח

February 21 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; וואס וואלטן מיר געטון אן דעם רבי'ן? ווי אזוי וואלטן מיר זיך אן עצה געגעבן אן דעם הייליגן רבינ'ס עצות? דער רבי איז אונז מחיה און מחזק אז מיר זאלן קיינמאל נישט אויפגעבן און מיר זאלן זיך שטענדיג צוריקקערן צום אייבערשטן.


בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אז מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז איבערגעלאזט אזויפיל ספרים פיל מיט חיזוק און עצות פאר יעדן מענטש אין יעדע מצב; דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען נישט קיין חולקים אויפן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים.


ועל כולם דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן א חדר און א מיידל סקול פאר אונזערע קינדער וואו מען איז זיי מחנך פון קינדווייז אן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט. עס איז באוואוסט די מעשה, אז איינמאל ווען ר' יודל פון דאשיב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה האט זיין זון זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער ר' יודל האט געהאט גוטע תירוצים פארוואס ער זאל אים נישט מיט נעמען, 'ער איז נאך צו יונג' - האט ר' יודל גע'טענה'ט, עס איז זייער שווער די וועג וכו' און ער האט נישט קיין געלט. ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן געבן שלום - דער רבי האט דאך אלעס געזען און אלעס געוואוסט – נאך פאר ער האט געהאט א שאנס צו רעדן א ווארט רופט זיך דער רבי אן צו אים: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר ווייל ער גלייבט אין מיר און דער זון גלייבט אויך אין מיר, פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; זעט מען אז דער רבי האט געוואלט מען זאל מחנך זיין די קינדער פון קינדווייז אן צו לעבן מיט זיינע עצות.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן" און ר' נתן שרייבט (שם): וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן זאגן פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן (אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד)", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


וואו אויף דער וועלט זעט מען ווי קליינע קינדער וואקסן אויף מיט א ריינע לויטערע אמונה; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביי אונז וואקסן די קינדער אויף מיטן הייליגן רבי'ן, זיי ווייסן וואס דער רבי וויל און וואס זיי ווילן פון רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין (גוּטֶער יוּד) כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים?!" וואלט איך נישט געקענט זיין ווי אנדערע רבי'ס וואס די חסידים קומען צו זיי און ווייסן נישט פארוואס זיי קומען און ווען זיי גייען אהיים מיט ליידיגע הענט און קומען נאכאמאל צוריק ווייסן זיי נאכאמאל נישט פארוואס זיי זענען געקומען, "אֲבָל אֲנִי לֹא רָצִיתִי בְּכָל זֶה, רַק לָקַחְתִּי עַצְמִי לַעֲסֹק בָּזֶה לְהַחֲזִיר אֶתְכֶם לְמוּטָב", איך האב דאס נישט געוואלט, נאר איך האב אלעס אוועק געגעבן אבי איר זאלט זיין גוטע אידן.


דאס זעט מען ממש בחוש ביים רבי'ן; שטעל אפ א קינד און פרעג אים: "אינגעלע, וואסערע חסיד ביסטו?" און ווען ער וועט דיר ענטפערן: "איך בין א ... חסיד", פרעג אים: "זאג מיר, וואס געבט דיר דיין רבי? וואס באקומסטו פון אים וכו'?" וועט ער קוקן אויף דיר ווי דער האן קוקט אין די בני אדם. און אפילו דו וועסט אפשטעלן עלטערע קינדער, א בחור צו א מיידל און זיי פרעגן: "וואס באקומסטו פון דיין רבי'ן, וואס האסטו פון דיין וכו'?" וועלן זיי נישט האבן דאס מינדעסטע אנונג פון וואס דו רעדסט.


נאכדעם נעם א קינד וואס לערנט ביים רבי'ן און פרעג אים: "זאג מיר, וואס געבט דיר דער הייליגער רבי, וואס באקומסטו ביים רבי'ן?" וועט ער דיר גלייך ענטפערן: "דער רבי לערנט מיר אויס אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט"; "דער רבי לערנט מיר אויס אז מען זאל נישט נאכלויפן קיין מענטשן", "מען זאל לערנען די הייליגע תורה" וכו'.


נעכטן בין איך געווען ביי א סיום, די קינדער פון די עלסטע קלאס האבן מיר גערופן צו א סיום. א אינגל האט מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה און אויך מסכת סוכה פון תלמוד בבלי וואס ער לערנט אויף צו ענדיגן ש"ס כסדרן; איך האב געהאט אזא תענוג און נחת רוח צו זען ווי קינדער וואקסן אויף מיטן הייליגן רבינ'ס עצות. די גאנצע כתה, קינדער פון פאר די בר מצוה לערנען יעצט בגירסא מסכת מגילה, יעדן טאג אפאר בלאט. אז פורים זאלן זיי האבן געענדיגט מסכת מגילה לכבוד דעם יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט זאגן בעפאר יעדע יום טוב, אז פונקט אזוי ווי א בעל הבית געבט פאר זיינע ארבעטער א באנוס לכבוד יום טוב, אזוי אויך דארפן מיר נעמען נאך א שיעור לכבוד יום טוב אלץ א באנוס; פאר פורים איז כדי צו לערנען מסכת מגילה, פאר פסח מסכת פסחים און אזוי יעדע יום טוב. עס איז אן אנדערער יום טוב ווען מען לערענט די לימודים פונעם יום טוב. ווען מיר גייען הערן ליינען די הייליגע מגילה; אויב מען לערענט בעפאר דעם די גמרא און מדרש אויף די מגילה, איז עס אן אנדערע מגילה ליינען.


נעכטן זאגט מיר א אינגערמאן וואס שיקט די קינדער ביי אונז אין מוסד, אז ער זוכט א דירה וכו' און ער האט אהיים געברענגט די צעטלעך וואס דארט שטייען אויסגערעכנט אלע דירות וואס זענען עוועילעבל אויפן מארקעט וכו'. פרעגט אים זיין זון, א כתה א' אינגל: "טאטע, וואס איז די צעטל וואס דו קוקסט?" זאגט ער פאר זיין קינד: "דא קען מען טרעפן דירות"; רופט זיך אן זיין קינד צו אים: "טאטע, דא טרעפט מען נישט קיין דירה, אויב מען בעט דעם אייבערשטן טרעפט מען א דירה!" וואו אין די וועלט הערט מען אזעלכע מעשיות פון קליינע קינדער?!


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות מח.): "אביי און רבא ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער זענען זיי אמאל געזעצן פאר רבה, האט זיי רבה געפרעגט: "לְמִי מְבָרְכִין", ווען מיר בענטשן ברכת המזון, צו וועמען בענטשן מיר? האבן זיי געענטפערט: "לְרַחֲמָנָא", צום אייבערשטן. האט רבה זיי ווייטער געפרעגט: "וְרַחֲמָנָא הֵיכָא יָתֵיב" וואו וואוינט דער אייבערשטער? "רָבָא אַחֲוֵי לִשְׁמֵי טְלָלָא", רבא האט געוויזן אויפן דאך, "אַבַּיֵי נָפַק לְבָרָא, אַחֲוֵי כְּלַפֵּי שְׁמַיָּא" אביי איז ארויס אויפן גאס און געוויזן אויפן הימל. האט רבה זיי געזאגט: "תַּרְוַויְיכוּ רַבָּנָן הֲוִיתוּ", ביידע פון אייך וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. דאס איז די שפריך ווארט וואס מענטשן דרוקן זיך אויס: "בּוּצִין בּוּצִין מִקִּטְפֵיהּ יְדִיעַ", מען קען זען אויף פירות ווען זיי זענען נאך גאר קליין צי דאס גייט אויסקומען א גוטע פרוכט"; אז קליינע קינדער ווייסן שוין אז מען בענטשט צום אייבערשטן וועלן זיי זיכער אויסוואקסן ערליכע אידן.


עס איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע פון ברסלב אז קינדער זאלן זיך נישט שעמען צו גיין הפצה; ווער רעדט נאך פון מיידלעך, אז אלע מיידלעך וואקסן אויף מיטן רבי'ן און זיי ווילן נאר טון וואס דער רבי הייסט. מיידלעך פון סקול שרייבן מיר בריוו וואו זיי פרעגן יעדע פרט ופרט בתמימות ובפשיטות, זיי ווילן זיין ערליכע מיידלעך וכו'.


אפשר האלטן מיר שוין ביי דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות משיח, חלק ב', סימן ג): "עָתִיד דּוֹר אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה בָּעוֹלָם, שֶׁיִּהְיֶה כֻּלּוֹ זַכַּאי"; עס קומט א נייע דור וואס וועלן לעבן מיטן אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, גיין הפצה און חתונה האבן יונג בקדושה ובטהרה; אשרינו און פארט אשרינו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.