מכתב יומי

ז אייר תשפ

May 01 2020

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז אריבער נאך א וואך און די עסן פאר די משפחות האט זיך אויסגעארבעט מיט ניסי ניסים; עס איז נישט גרינג וכו' וכו', בפרט אז היינט האט דער גאווענער געזאגט אז ער גייט נישט עפענען די מוסדות ביז ענדע יאר, אנדערש ווי מען האט געזאגט אז נאך צוויי וואכן עפנט מען צוריק די מוסדות; מיר וועלן טיילן עסן א גאנץ יאר אפילו עס איז נישט גרינג.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיין זייער פרייליך דורכאויס גאנץ שבת; טאנץ און שפרינג פון שמחה מיט דיין משפחה א גאנץ שבת. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל; דער סמ"ך מ"ם ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, אזוי ארום גייט מען אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


שוין וואכן לאנג וואס דו גייסט נישט אין מקוה; איך בעט דיר, יעצט לכבוד שבת גיי אין מקוה, נעם אראפ פון דיר די עצבות און מרה שחורה. הער נישט אויס די וואס ווילן א גאנץ יאר נישט גיין אין מקוה; יעצט ביי די קאראנע פרייען זיי זיך אז א טייל מקוואות זענען פארמאכט. עס זענען דא מקוואות וואס זענען אפן על פי דעם געזעץ פון זיך אכטונג געבן; טובל זיך לכבוד שבת, וועסט האבן אן אנדערע שבת נאכ'ן מקוה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדינים, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוָה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", דורך דעם וואס מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק די צרות און עס קומט א ישועה.


א גוט שבת.