מכתב יומי

ט אלול תשע"ט

September 09 2019

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ווייטער גיין הפצה; זאלסט נישט האבן קיין חלישות הדעת פון קיינעם אויף די וועלט. מאך זיך א חשבון, ווי לאנג בלייבט מען אויף די וועלט? וואס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט? נאר דאס ביסל וואס מיר האבן עוסק געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


א ברסלב'ער חסיד א תלמיד היכל הקודש מוז עוסק זיין אין הפצה; מען קען נישט זיצן אין שטוב מיט די פיס ארויף ווען עס גייט אזויפיל אריבער אויף אידישע קינדער. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער - בפרט אויף בחורים און מיידלעך, זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי האלטן אין איין אראפפאלן אין הארבע עבירות, ביז זיי דרייען זיך ארום מיט גאר שלעכטע מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, און דווקא די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אלע יארן - דאס רעדט צו זיי און דאס ראטעוועט זיי; וואויל איז פאר דעם וואס איז עוסק אין הפצת ספרי רבינו בעולם, דער איז עוסק בתיקון העולם.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן זיינע עבירות זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, און עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה, קכח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


קוק נישט אויף קיינעם און טראכט נישט פון קיינעם, טראכט נאר: 'ווי אזוי קען איך מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן - אים צוריק ברענגען זיינע קינדער', דורכדעם וועסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.