מכתב יומי

ח אלול תשפ"ב

September 04 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז אריבער א הערליכע זומער, איך קען נישט צו זיך קומען פון דעם שיינעם פלאץ קרית ברסלב; איך האב הנאה געהאט יעדע מינוט צו זיין מיט אנשי שלומינו, אלעס דריידט זיך ארום דעם רבי'ן, עס איז א הערליכע פלאץ.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך היינט אהיים מיט מיין משפחה. מיר האבן נישט קיין בין הזמנים, מארגן וועט זיין ישיבה.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און תהילים, און לערנען דעם בלאט גמרא.


מיר גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן דינסטאג פרשת נצבים; מען הערט אין די נייעס פון אומאן אז אלעס איז אין ארדענונג, יעדן טאג קומען צו פארן נאך און נאך מענטשן צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.