מכתב יומי
ו חשון תשע"ח
October 26 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י): "יוֹסֵף בְּרֵיהּ דְר' יְהוֹשֻׁעַ חָלַשׁ", יוסף דער זון פון רבי יהושע האט גע'חלש'ט, "אִינְגִיד", און ער איז געשטארבן, דערנאך איז ער צוריקגעקומען צו זיך, "אָמַר לֵיהּ אָבוּהָ: מַאי חָזִית?" ווען ער האט זיך אויף געוועקט, פרעגט אים זיין טאטע: וואס האסטו געזען דארט אויבן אין הימל? "אָמַר לֵיהּ עוֹלָם הָפוּך רָאִיתִי, עֶלְיוֹנִים לְמַטָּה וְתַחְתּוֹנִים לְמַעְלָה", זאגט ער: איך האב געזען א פארקערטע וועלט; די אלע וואס זענען חשוב דא אויף דער וועלט זענען אויבן נישט חשוב, און די אלע וואס זענען דא נישט חשוב זענען אויבן יא חשוב "אָמַר לֵיהּ: עוֹלָם בָּרוּר רָאִיתָ", זאגט אים זיין טאטע: דו האסט נישט געזען א פארקערטע וועלט, דו האסט געזען א שיינע וועלט, אן אמת'ער וועלט; ווייל אויבן קוקט מען נישט ווער עס האט געלט, אויבן קוקט מען ווער עס קען זיך דערהאלטן.
זע צו גיין אין שול יעדן טאג דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן "אז מען דאוונט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט)". און אויב דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט און עס איז שוין נישט דא קיין מנינים, מיט דעם אלעם זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען נאר אין שול, ווייל אין שול דאוונט מען וכו', און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן צ, סעיף ט), אז מען זאל דאווענען אין שול.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווער עס האט שול אין זיין שטאט און ער גייט נישט אין שול דאווענען ברענגט ער אז זיינע קינדער זאלן דארפן גיין אין גלות; דאס איז א מאמר חז"ל (ברכות ח.), לכאורה, וואס האט צו טון אז איך גיי אין שול אז די קינדער זאלן נישט גיין אין גלות, נאר מען קען זאגן א פשוט'ער טעם, אז די קינדער זעען ווי דער טאטע גייט נישט אין שול וועלן זיי אויך נישט גיין אין שול, און אז די קינדער האבן נישט קיין טאטע וואס איז זיי מחנך און גייט מיט זיי דאווענען וועלן זיי האבן א גלות לעבן, זיי וועלן זיך וואלגערען אין די גאסן רחמנא לצלן.
אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש ווי מען קוקט דא; ר' נתן פלעגט חזר'ן דעם פסוק (איוב ג, יט): "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא", דארט וועט מען וויסן ווער עס איז גרויס און ווער עס איז קליין. מען זעט אמאל אז עס רעש'ט זיך דא מיט איינעם, מען קען מיינען ווער ווייסט וואס יענער איז, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען ניטאמאל פון יענעם, אמאל פארקערט אויך, עס קען זיין א מענטש וואס קיינער ווייסט נישט פון אים, מען מאכט נישט פון אים קיין בראטל, און אויבן אין הימל איז יענער זייער חשוב, ווייל ער גייט אין שול יעדן טאג דאווענען אפילו עס קומט אן זייער שווער, און ער רעדט צום אייבערשטן, ער פארציילט יעדע זאך וואס באדערט אים, דאס איז חשוב אויבן אין הימל, דערפאר האט ער אים געזאגט "עוֹלָם בָּרוּר רָאִיתָ", א שיינע וועלט, א אמת'ער וועלט - האסטו געזען.
איך בעט דיר, שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז דו פרובירסט אזוי שטארק און דו פאלסט צוריק וכו' וכו'; דאס איז אלעס נאר בשביל הבחירה והנסיון.
איך האף אז דו ליינסט די בריוו וואס איך שרייב דיר, און דו נעמסט ארויס התחזקות אויף לעובדה ולמעשה; זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי דו דערהאלסט זיך, דו לערנסט און דו דאווענסט.
זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.