מכתב יומי
ו חשון תשפ
November 04 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט, מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".
מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער, דאס מאכט אז עלטערן זאלן נישט וועלן אז זייערע קינדער זאלן זיין אין א פלאץ וכו'. נעכטן האבן מיר געהאט אז א מאמע איז ארויף געקומען אין ישיבה זוכן איר קינד מיט פאליציי, א שאד פאר די מאמע, זי מיינט אז דא איז א פלאץ וואס איז שלעכט, ווען זי זאל וויסן וואס דער רבי לערנט מיט אונז וואלט זי זיך געפרייט אז איר בחור איז אנגעקומען צו אזא פלאץ.
מוהרא"ש האט מיר געזאגט פאר צען יאר צוריק ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, דעמאלט איז געווען א גאנצע פרשה, בחורים זענען געקומען אין ישיבה אן רשות פון די עלטערן, יעדן צווייטן טאג איז געקומען פאליציי אין ישיבה זוכן די בחורים, מען איז דעמאלט געגאנגען זאגן פאר מוהרא"ש זאל מיר הייסן ארויס שיקן די בחורים פון ישיבה כדי עס זאל נישט זיין קיין איבערדרייעניש וכו', האט מוהרא"ש מיר דעמאלט געזאגט: "זאלסט קיינמאל נישט אוועק שיקן א בחור פון דיר וואס קומט בעטן חיזוק ועידוד", מוהרא"ש האט זיך אנגערופן צו דעם מענטש, און אים געפרעגט: "ווען דיין טאטע איז געקומען פאר צוואנציג יאר צוריק און אריין געווארפן שטיינער אין מיין פענסטער, וואס האסטו געוואלט איך זאל טון? איך וואלט דיר אויך געדארפט פארשיקן?!"
דער רבי האט אמאל גערעדט וועגן די מחלוקת וואס איז דא אויף אים, אז מען זאגט אויף אים שקרים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצו): דער נביא קרעכצט (הושע ז, יג): "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן, "וְהֵמָּה דִּבְּרוּ עָלַי כְּזָבִים", און זיי רעדן אויף מיר שלעכטע רייד; רבי נתן שרייבט דארט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט די טראפן פון נ"ך: "וְאָנֹכִ֣י אֶפְדֵּ֔ם", איך העלף זיי, און זיי רעדן שלעכטס אויף מיר.
זאלסט שטענדיג טראגן מיט דיר א קליינע משניות'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו גורס זיין פרקים משניות; דאס וועט דיר צוריק ברענגען צו די קדושה. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.