מכתב יומי

ו טבת תשע"ט

December 14 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א שאד אז דו ביסט נישט געווען נעכטן ביים שיעור; דו וואלסט געהאט אזויפיל חיזוק אויף וואס דו גייסט אריבער.


מיר האבן גערעדט ביים שיעור פון יוסף הצדיק וועלכער איז אריבער זייער אסאך צרות און יסורים; די ברידער האבן אים גע'רודפ'ט, מען האט אים אוועק געשלעפט פון זיין טאטע יעקב אבינו, מען האט אים אריין געלייגט אין א גרוב מיט שלענג און עגדיסן, מען האט אים געטראגן קיין מצרים וואו מען האט אים פארקויפט פאר א קנעכט - וואלט ער דאך געקענט האבן טענות אויפן אייבערשטן און אלעס אפלאזן, מיט דעם אלעם האט זיך יוסף הצדיק דערהאלטן און ער איז געווארן קעניג אין מצרים און געשפייזט די גאנצע וועלט.


זעט מען פון דעם אז אפילו עס זעט אויס ווי אלעס איז דערנאך, אלעס איז פינסטער, מען פארלירט אלעס און מען שפירט זיך ווי א קנעכט קען מען פלוצלינג אויפגעראכטן ווערן, מען קען ווערן מלך און העלפן די גאנצע וועלט.


זאלסט זיך אפלערנען פון די פרשה זיך נישט אפצורעדן אויפן אייבערשטן; הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר. וואס האט יוסף הצדיק געטון אין תפיסה? ער האט געזינגען און געטאנצן, בשעת ער וואלט ווען געקענט מער וויינען און בלאזן ווי דיר אויף וואס דו גייסט אריבער, אבער וואס האט ער געטון? געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, ער האט פרייליך געמאכט אלעמען אין תפיסה - אפילו די אראבער. איז דאך זיכער אז דו דארפסט טאנצן און פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער ווייל נאך אלעם זיצסטו פארט נישט אין תפיסה, און אפילו עס דאכט זיך דיר אז דיין שטוב איז א תפיסה זאלסטו נאך מאכן יוסף הצדיק.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון די נייעס שרייט ארויס אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט; יעצט דריידט זיך איבער די גאס אז זמען וויל איינפירן א נייע געזעץ מען זאל געבן א וועג פאר אלע וואס זיצן אין תפיסה אז זיי זאלן נאכאמאל קענען פראבירן צו לעבן ערליך; דאס איז א חיזוק צו ווייזן אז מען קען נאכאמאל אנהייבן פונדאסניי, דערפאר זאלסטו זיך יעצט באנייען פון פריש.


איך וועל נישט זיין דעם שבת אין ווילאמסבורג, איך פאר מיט די בחורים אויף א שבת הכרת הטוב פאר אלע בחורים וואס העלפן מיר ענדיגן דעם בנין אין אומאן. איך שיק דיר דא מיט בילדער דו זאלסט זען ווי פלייסיג מען ארבעט אין אומאן; אפילו די וואך וואס איז געפאלן א גרויסע שניי - מיט דעם אלעם ארבעט מען פלייסיג.


איך האף אז ביז א חודש וועט שוין זיין פארטיג דער בנין פון אינדרויסן און מען וועט שוין קענען אנהייבן די ארבעט פון אינעווייניג.


א פרייליכן שבת.