מכתב יומי
ח טבת תשפ
January 05 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז געווען א הערליכע שבת, "שבת סיום הש"ס - שבת התוועדות תלמידי הישיבה"; יעדער איינער איז אהיים פול מיט חיזוק אנצוהייבן ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פונעם הייליגן רבי'ן.
איך בעט דיר זייער, הייב אן היינט ש"ס; אפילו עס איז דיר שווער צו פארשטיין די גמרא זאלסטו פרובירן צו זאגן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, 'וּמִמֵּילָא יָבִין' און מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפנט זיך אויף און במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין, איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און אינגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.
איך דארף מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.