מכתב יומי
ו כסלו תשע"ח
November 24 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז דו גייסט אין מקוה יעדן טאג; ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", האט דער רבי געזאגט: "דער ערשטער תיקון איז מקוה".
ווען א מענטש איז זוכה, ער טובל'ט זיך אין מקוה, דעמאלט טובל'ט מען זיין נשמה אויבן אין הימל. מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז דער זעלבער לשון פון תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן". דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צו געקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".
דערפאר זאלסטו זיך באנייען און גיין אין מקוה יעדן טאג, וועסטו זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיין מרה שחורה. ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה אנטלויפן פון אים אלע קליפות וואס זיי מאכן דעם מענטש מרה שחורה'דיג. דאס וואס מאכט זיך ביי א מענטש אז מען פאלט אריין פלוצלינג אין א דעפרעסיע, דאס קומט פון די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות וואס דער מענטש טוט, זיי נעמען ארום דעם מענטש און מאכן אים דערביטערט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:): ווען מען וואלט ווען געקענט זען די קליפות וואס שטייען ארום זיך, וואלט דער מענטש עס נישט געקענט אויסהאלטן, ער וואלט גע'חלש'ט פון שרעק; ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה פארלירן זיי די שייכות מיטן מענטש, ווייל קליפות זענען רוח, און רוח מיט מים גיין נישט צוזאמען. דאס זאגט דער רבי (ספר המדות, אות המתקת הדין, סימן נד): אויב מען האלט איין די אטעם אונטערן וואסער, ווי לאנג מען קען שוין נישט אטעמען, דעמאלט ווערן נמתק אלע דינים.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב): "מַעֲשֶֹה בְּאֶחָד שֶׁתָּבַע אִשָּׁה לִדְּבַר עֲבֵירָה", עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה מיט א מיידל, "רֵיקָא, יֵשׁ לְּך אַרְבָּעִים סְאָה שֶׁאַתָּה טוֹבֵל בָּהֶן?" מִיַּד פָּרֵשׁ, האט זי אים געפרעגט: דו ליידיגייער, האסט דען א מקוה וואו זיך צו טובל'ן נאך די עבירה? ער האט נישט געהאט קיין מקוה, האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה. אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה, אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר דער קשיא איז דער תירוץ, דא זעט מען וואס מקוה איז, א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה, וועט אים די מקוה צוריק האלטן פון טון עבירות.
דערפאר בעט איך דיר..., אחי היקר והנעלה, אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן לאמיר פאלגן דעם רבי'ן; אז דער רבי זאגט מען דארף גיין אין מקוה, דארפן מיר גיין אין מקוה. געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן היינט שיינע ווארעמע מקואות, מיר דארפן נישט גיין אין טייך, מיר דארפן נישט ברעכן די אייז וכו', מיר דארפן נאר ברעכן אונזער פוילקייט, מיר דארפן צעברעכן אונזער תירוצים וכו'. יעדע טבילה וואס מען טובל'ט זיך דא, איז נאך קדושה, נאך טהרה.
זאלסט האבן א פרייליכן שבת.