מכתב יומי

ו כסלו תשפ

December 04 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו ביסט נכשל געווארן מיט מקרה לילה זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי; "דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא).


אז דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאנאנד זאלסטו אים צוריק געבן נאכאנאנד, פאר יעדע פאטש וואס דו באקומסט זאלסטו צוריק געבן צוויי פעטש; לויף אין מקוה וועסטו אים בייקומען. רבי נתן האט מבטיח געווען: "ווער עס וועט גיין אין מקוה וועט האבן א תקוה"; דערפאר, אז דו וועסט זיין שטארק אין מקוה וועסטו ביים סוף זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


ביי אנשי שלומינו איז דא א ניגון אויף די ווערטער: "וואס טוט א איד אין גלות? וואס טוט א איד אין גלות? ער לויפט אין מקוה און לויפט אין שול דאווענען, דאווענען".


איין זאך זאלסטו אנהאלטן: "דיין ווילן"; אפילו דו זעסט ווי מען שטופט דיר אוועק פון אויבן איינמאל און נאכאמאל זאלסטו נאך אלץ וועלן, האפן און בענקען צו זיין א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.