מכתב יומי
ו כסלו תשפ"ב
November 10 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווי שווער עס איז דיר מיט דיין ווייב - אסאך שווערער וועט דיר זיין אן א ווייב; טרייב ארויס די שלעכטע מחשבות, עס איז טאקע שווער, אבער אסאך שווערער איז אן א ווייב.
רבי נתן האט אונז געלערנט וויאזוי צו טראכטן ווען עס איז ביטער שווער, ער פלעגט אלץ זאגן: "עס איז מיט גרויס חסדים". ווען מען האט אים געפרעגט וועגן זיינע צרות און יסורים האט ער געשמייכלט און געזאגט: "עס איז מיט גרויס חסדים!"
ווען דו שפירסט ווי דו קענסט מער נישט, דו שפירסט ווי די וועלט ענדיגט זיך - פרוביר צו זאגן די ווערטער פאר דיר אליינס: "עס איז מיט גרויס חסדים"; ווייל עס איז טאקע מיט גרויס חסדים, לויט וואס קומט דעם מענטש וואלט געדארפט זיין אסאך שווערער.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסה): "תְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיךָ", מען דארף אנעמען אלע שלעכטס און יסורים, "כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיךָ אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְךָ, עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּךָ בְּרַחֲמִים, כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיךָ", ווייל לויט דיינע מעשים פירט זיך דער אייבערשטער צו דיר מיט גרויס רחמנות, עס וואלט דיר געקומען אסאך מער שלעכטס חס ושלום, דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ", זאלסט ליב האבן די שלעכטס, "כָּמוֹךָ"; ווייל אזוי ווי דו ביסט, "אֲנִי ה'", פיר איך זיך מיט גרויס חסדים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.