מכתב יומי
ו כסלו תשפ"ו
November 26 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טייערער ברודער, הארציגער חבר, ווי לאנג איז דען די גאנצע לעבן פון א מענטש? אונזערע טעג זענען "כצל עובר", ווי א שאטן וואס גייט פארביי. עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש; די יארן פליען אוועק זייער שנעל און מען גייט שוין באלד צוריק צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב), די יארן פון א מענטש גייען אזוי שנעל ווי א שאטן וואס גייט אריבער; נישט א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר אסאך שנעלער, ווי דער שאטן פון א פייגל וואס פליט.
טראכט אריין, זיי זיך מיישב, וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט אונז? פארוואס זאלסטו נישט טון פאר א צווייטן איד, אים מקרב זיין צום אייבערשטן, אים מזכה זיין מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן, נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען מיט אונז; אז מען איז עוסק אין הפצה, דאס וועלן מיר מיט נעמען.
נעם א זעקל גליונות, ספרים, קונטרסים, סידיס וכו' וכו' - און גיי ביי די הייזער, ביי די שולן, ביי שמחות, און זיי מזכה א צווייטן איד; עס גייט אריבער אויף מענטשן ביטערע שווערע נסיונות, מענטשן האבן קשיות אויף די אמונה, און נאר דעם רבינ'ס ספרים קען זיי מחיה זיין.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מפיץ, עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
מאך זיך א חשבון, ווי אזוי ביסטו מקורב געווארן? ווער האט דיר מגלה געווען דעם רבי'ן? זיכער דורך א מפיץ, דורך איינער וואס איז ארויס פון זיין באקוועמע וועג; זאלסטו טון דאס זעלביגע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.