מכתב יומי

ו ניסן תשע"ח

March 22 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער טייערער ..., דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות! מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס ער פירט דער וועלט און אן אים איז גארנישט דא.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן; ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס, די גאנצע וועלט איז נאר אזוי ווי א קלייד וואס דער אייבערשטער כביכול האט זיך פארשטעלט אין דעם - איז אים דאס גאנצע לעבן פיל גרינגער; ער רעגט זיך נישט אויף יעדע קלייניקייט, ער ווערט נישט בכעס ווען עס גייט נישט אזוי ווי ער האט געוואלט, ווייל ער ווייסט מיט א קלארקייט אז אלעס איז דער אייבערשטער. דאס איז וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז אלע יארן - מיר זאלן לעבן מיט אמונה.


מוהרא"ש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה. איינמאל פסח ביינאכט ביים סדר ווען דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיין תלמיד צו עפענען די טיר בעפאר "שְׁפוֹך חֲמָתְךָ", האט דער תלמיד געטראכט צו זיך: 'יעצט וועל איך זוכה זיין צו זען אליהו הנביא; אליהו הנביא קומט דאך זיכער צום רבי'ן וועל איך אים קענען זען', און אזוי איז דער תלמיד געגאנגען צום טיר מיט גרויס שמחה. דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע האט גלייך תופס געווען זיין מחשבה און ער האט זיך אנגערופן: "אליהו הנביא קומט אריין דורכן מח נישט דורכן טיר..." זעט מען פון דעם אז דער עיקר איז דער מח. מיר דארפן אויסרייניגן דעם מח מחשבה אז מיר זאלן נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, דעמאלט איז מען זוכה צו אלעס גוטס.


ווי אזוי איז מען זוכה אויסצורייניגן דעם מח? דורך דעם וואס מען רעדט צום אייבערשטן; אז מען נעמט אראפ יעדן טאג אפאר מינוט און מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן, איז מען זוכה צו האבן א ריינע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א ריינע מח און מיר וועלן לעבן מיט אמונה ברורה ומזוככת. ווען א מענטש האלט ביי דעם דעמאלט דארף ער שוין גארנישט, דעמאלט לעבט מען אזוי ווי מיר וועלן לעבן לעתיד לבוא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵן לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - איז ביי אים שוין אזוי ווי עולם הבא.


דער רבי האט אונז געלערנט די מעשה פונעם הייליגן 'תם' (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט גארנישט געהאט און אלעס געהאט; ער האט געמאכט זייער ווייניג געלט אבער ער איז שטענדיג פרייליך געווען. ער פלעגט בעטן זיין ווייב: "ברענג מיר אביסל זופ", האט זי אים געברענגט א הארט שטיקל ברויט, און אזוי איז געווען ביי יעדע זאך. וואס ער האט איר געבעטן האט זי אים אלץ געגעבן א הארט שטיקל ברויט און ער פלעגט זאגן: "יישר כח אייבערשטער פאר די זופ און פאר די פלייש", און דער רבי זאגט אז ער האט טאקע געשפירט אלע טעמים אין די ברויט וואס ער האט געגעסן. דאס זעלבע איז געווען אז ער פלעגט בעטן זיין ווייב זאל אים געבן א גוטע טרינק וויין, און זי האט אים געגעבן וואסער, פלעגט ער זאגן "וואסערע גוטע וויין האסטו מיר געגעבן", ווייל ער האט באמת געשפירט אין די וואסער אלע טעמים וואס ער האט געוואלט שפירן.


מיר קענען אלע זוכה זיין צו דעם אויב מיר וועלן אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט א תמימות און פשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.