מכתב יומי

יא ניסן תשפ

April 05 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


חסדי השם יתברך מיר קומען נענטער צום הייליגן יום טוב פסח; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו די קדושה פונעם יום טוב.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אינעם יום טוב פסח, איך זאל שפירן א טעם אין די הייליגע מצות, אין די הייליגע כזיתים"; אז מען בעט דעם אייבערשטן איז מען זוכה צו שפירן א טעם און צו זיין פרייליך ווען מען איז מקיים די מצות. אזוי ווי די מעשה גייט מיט רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה, ער האט אויפגעשטעלט פאר זיין רבי - רבי נתן - די סוכה; א גאנצן ערב סוכות האט ער געארבעט זייער שווער אויף די סוכה, עס זאל זיין שיין און שטארק. ביינאכט ביי די סעודה האט רבי נחמן טולטשינער געזאגט פאר רבי נתן אז מען שפירט אן אנדערע טעם אין די סוכה ווען מען האט זיך געפלאגט דאס אויף צו שטעלן, האט אים רבי נתן געענטפערט: "דאס האסטו נאך נישט פרובירט, צו בעטן א גאנצן טאג דעם אייבערשטן: רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הַטְּעִמֵינוּ טַעַם סוּכָּה, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אין די סוכה, וואס פאר א טעם מען שפירט דעמאלט". דערפאר זאלסטו דאס נאכמאכן, דו זאלסט בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אינעם יום טוב פסח, איך זאל שפירן א טעם אין די הייליגע מצות, אין די הייליגע כזיתים", וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט האבן אן אנדערע פסח.


יעדן טאג וואס גייט אריבער אן לימוד התורה איז אן אייביגע פארלוסט. הייב אן היינט לערנען דעם בלאט גמרא, היינט איז די בלאט מסכת שבת דף ל; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


מיר שטייען שוין נאנט צום הייליגן יום טוב דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה) ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן חז"ל (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריין געפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איינמאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען דער סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין".


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מען דארף געדענקען ווען מען מאכט פסח'דיג אז שטויב איז נישט קיין חמץ און קינדער זענען נישט קיין קרבן פסח".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.