מכתב יומי

ו שבט תשע"ח

January 22 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס וועקט אונז אויף פון שלאף און דערמאנט אונז אז מיר זאלן זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמ) אז אפילו א מענטש האט נישט קיין ווערטער וואס צו רעדן צום אייבערשטן נאר ער זאגט נאכאמאל און נאכאמאל דאס ווארט "טאטע", "טאטע"; האט דער אייבערשטער א מורא'דיגע נחת רוח דערפון. אזוי ווי א טאטע הערט ווי זיין קינד רופט אים און זאגט, טאטע, טאטע, אפילו דער קינד האט נישט קיין ווערטער און ער קען נאך נישט רעדן, ער קען נאר זאגן טאטע, טאטע, האט דער טאטע א פארגענוגן דערפון.


דערפאר בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערע הארציגער..., אז דו ביסט פארקלאפט און דו קענסט נישט עפענען דיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל: "טאטע טאטע, זיסער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, זיי מיר מקרב צו דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל היטן מיינע אויגן, איך וויל האבן ריינע מחשבות".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואסערע תענוג און נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען מען איז מתפלל צו אים.


זיי געזונט און שטארק, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.