מכתב יומי

ז שבט תשע"ט

January 13 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ווארט נישט אויף פרייטאג אדער שבת צו מעביר סדרה זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום, נאר הייב שוין אן פון זונטאג צו לערנען חומש רש"י מיטן תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך וועסטו האבן געענדיגט די גאנצע סדרה.


עס איז גאר אן אנדערע זאך ווען מען לערנט יעדן טאג חומש רש"י; דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א איד דארף לעבן מיט דער צייט"; דאס הייסט מען דארף לעבן מיט די וואכעדיגע פרשה. יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י און ארויס נעמען פון דעם התחזקות אנצוגיין מיט'ן לעבן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות; משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע שלעכט'ס און עס ברענגט אים צו די גרעסטע מדריגות. דער הייליגער בית יוסף האט זוכה געווען אז א מגיד פון הימל פלעגט קומען צו אים לערנען תורה נאר בזכות וואס ער פלעגט לערנען אסאך פרקים משניות, ער פלעגט לערנען פערציג פופציג פרקים משניות אויף איין מאל, נאכדעם פלעגט דער מאלך קומען צו אים לערנען מיט אים תורה - אלעס בזכות משניות.


ברודער טייערער, אנטלויף פון מחלוקת! עס איז נישט דא נאך אזאך וואס איז אזוי פארפיינטעט ביים אייבערשטן ווי מחלוקת; בפרט צווישן אונז תלמידי היכל הקודש וואס מיר זענען געקומען צו דעם פלאץ נאר פאר איין סיבה, אז דער רבי זאל אונז היילן פון אונזערע חלאים רעים וכו' וכו' דארפן מיר זייער אכטונג געבן נישט זיך צו לאזן פארפירן פונעם ס"מ וואס וויל אויסרייסן דעם מענטש און אים צונעמען די וועלט און יענע וועלט.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, און דאס איז וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש, און אויף דעם וועל איך זיך מוסר נפש זיין - אז עס זאל זיין דא ביי אונז ריינע ד' אמות.


אז דו ווילסט מיר מחי' זיין זאלסטו מיר דערציילן נאך א סיום און נאך א סיום וואס דו ביסט מסיים; נעכטן נאכט מוצאי שבת קודש ביי סעודת מלוה מלכה זענען מיר געזיצן אינאיינעם בחורים און יונגעלייט, יעדער איינער האט דערציילט וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען דורך דעם הייליגן רבי'ן. עס איז געקומען צו פארן א איד פון ענגלאנד צו זיין א שבת אין היכל הקודש, ער האט מסיים געווען ביי מלוה מלכה משניות מיט מסכת סוכה מיט אזא שמחה און פרישקייט ווי א יונגע בר מצוה בחור'ל וואס הייבט יעצט אן זיין לעבן; א בחור האט מסיים געווען די זיבעטע מאל משניות, ער האט געזאגט אז פאר ער האט זיך דערוויסט פונעם רבי'ן האט ער קיינמאל נישט געלערנט; יעצט שרייבנדיג דעם בריוו קומט מיר אן א מעסעדזש פון א איד וואס האט מסיים געווען מסכת תענית די אכט און פערציגסטע מאל און ששה סדרי משנה די ניין און אכציגסטע מאל, דאס האט מיר געגעבן פרישע כוחות ממשיך צו זיין.


מען זעט פון דעם צו וואס מען קען זוכה זיין אויב מען נעמט אן דעם רבינ'ס זאך ערנסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט געהאט זייער א שיינעם שבת; ביי אונז איז ברוך ה' געווען זייער א פרייליכע שבת.


שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט פונעם ספר פעולת הצדיק (סימן רטז), וואו עס איז באשריבן די נסיעה פון רבי'ן קיין ארץ ישראל; ווי דער רבי האט געזאגט אז ער זעט ברוח הקודש אז ער דארף נפטר ווערן אונטערוועגנס אינעם שטאט איסטאנבול, דעריבער האט ער גענומען אויף זיך די בזיונות פון די יונגעלייט וואס האבן אים דארט אזוי שטארק מבזה געווען כדי אראפ צו נעמען פון זיך די גזירה.


מיר האבן ארויס גענומען פון די מעשה אז ווען עס גייט אריבער א שווערע נסיון אויפ'ן מענטש, מען האט מחלוקת און בזיונות וכו', דארף מען דאס אננעמען מיט ליבשאפט, ווייל מיט די בזיונות קומט מען אפ אסאך שווערע גזירות חס ושלום.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם וואס די צוויי יונגעלייט האבן אזוי שטארק פארשעמט דעם רבי'ן, און זיי האבן נישט געוויסט בכלל אז דאס איז דער רבי (עיין ספר פעלת הצדיק, סימן ריז). נאר נאכדעם ווען זיי זענען אהיים געפארן האבן זיי אויסגעפונען דורכ'ן עפענען די בריוו פון דעם רבינ'ס תלמיד רבי יצחק אז דער מענטש וועם זיי האבן גערודפ'ט איז דער רבי, זיי האבן זיך זייער דערשראקן, און דער וואס האט דאס מערסטע גע'רודפ'ט דעם רבי'ן איז גלייך נפטר געווארן; האבן מיר אסאך ארום גערעדט אז מען טאר נישט רודפ'ן אדער וויי טון א צווייט'ן איד, ווייל מען קען נישט וויסן אויף א צווייט'ן ווער ער איז און וואס ער טוט דא אויף דער וועלט, און אפילו מען האלט אנדערש איינער פונעם צווייטן טאר מען זיך נישט פיינט האבן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר דעם יונגערמאן (שם, סימן רי) ווען ער האט געשריגן אויפן רבי'ן: "דו מיזט מיר דערציילן ווער דו ביסט און פארוואס דו פארסט קיין ארץ ישראל; אויב דו וועסט מיר דערציילן וועסטו האבן פון מיר גרויסע טובות", האט אים דער רבי געזאגט: "איך דארף פון דיר נישט קיין שום טובה; אדרבה, דו וועסט פון מיר האבן גרויסע טובות אויב דו ווילסט", און דער רבי האט אים זייער שטארק געבעטן: "איך קען נישט קיינעם אנטפלעקן פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל; בעט איך דיר, אפילו דו ווייסט נישט מיינע כוונות פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל, מיט דעם אלעם: 'מַה טּוֹב וּמַה נָּעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד (תהלים קלג, א)' וכו'"; האבן מיר גערעדט פון דעם אז אפילו עס איז דא פארשידנארטיגע דעות צווישן אנשי שלומינו דארף מען זיך נישט בייסן און מען טאר זיך נישט וויי טון; בשעת'ן שיעור האב איך געטראכט פון דיר, אז עס איז ממש א שאד אז דו ביסט נישט זוכה צו הערן אזעלכע דיבורים.


איך האף אז דו וועסט זיך שטארקן מיט די צוויי נקודות, איינס אז די בזיונות וכו' וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה כדי דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צו גרויסע און שיינע זאכן; צווייטנס, אז "מַה טּוֹב וּמַה נָּעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד (תהלים קלג, א); אפילו מען האט אנדערע מיינונגען זאל מען זיך ווייטער ליב האבן איינער דעם אנדערן"; אזוי אויך ווען מען טרעפט זיך מיט א איד וואס האט א צווייטער מורה דרך זאל מען נישט אריין גיין אין וויכוחים וכו', ווייל עס איז דא אזויפיל זאכן צו שמועסן וואס ביידע האלטן אייניג וכו'.


פאר איך בין מסיים דעם בריוו וויל איך דיר נאך פרעגן איין פערזענליכע פראגע, און איך האף אז דו וועסט זיך נישט באליידיגן: "האסטו היינט געטון עפעס פאר א צווייטן איד, אז נאך א איד זאל וויסן פון די עצות וואס דו ווייסט? האסטו היינט עפעס געטון אז נאך א איד זאל צוריק קומען צום אייבערשטן?"


אויב איז דיין ענטפער 'ניין', דעמאלט זאלסטו יעצט מאכן א גוטע החלטה אז דו הייבסט אן טון פאר אידישע קינדער. מאך די החלטה יעצט ווען מיר שטייען שוין קוים א וואך פאר די יארצייט פון אונזער גרויסער רבי מוהרא"ש זכר צדיק לברכה וואס געפאלט קומענדיגן דינסטאג נאכט.


מיר וועלן אם ירצה ה' מאכן א יארצייט סעודה אין ישיבה פאר אלע תלמידי הישיבה, וואס וועט אויך זיין א 'כינוס המפיצים'; זיך אפצולערנען פון מוהרא"ש וואס האט אוועק געגעבן זיין לעבן פאר אידישע קינדער, אז מיר זאלן דאס נאכטון.


א גוטע נאכט.