מכתב יומי

ה שבט תשפ"א

January 18 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך; נעכטן איז געווען א חתונה פון א תלמיד אין ישיבה און מארגן וועט זיין נאך א חתונה אין ישיבה פון א תלמיד הישיבה. ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה.


אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה.


ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער.


איך יאג זיך זייער, איך דארף אריין לויפן אין ישיבה; די בחורים ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף חיזוק. ברוך השם די בחורים אין ישיבה דעם זמן זענען אויסנאם בחורים, זייער ערליכע און איידעלע; איך שרייב דיר פשוט ווייל איך וויל דיר אויפוועקן פון שלאף דו זאלסט צוריק אנהייבן לערנען און דאווענען, לאז זיך אפ פון די נארישקייטן, הייב אויף דיין קאפ צום אייבערשטן וועט זיך אלעס איבערדרייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע משפחות וואס העלפן ארויס מען זאל קענען חתונה מאכן אין ישיבה.


בשם די גאנצע קהילה ווילן מיר באדאנקען משפחת ... שיחיו וואס זיי זענען נושא בעול צוצושטעלן דאס עסן צו די סעודת החתונה.


אין די זעלבע צייט בעט איך אלע אנשי שלומינו זאלן זיך אנרופן ווארעם ווער עס קען העלפן מאכן עסן פאר די חתונות אין ישיבה; מען העלפט זיך אליינס, אלע אנשי שלומינו וועלן הנאה האבן פון דעם אז עס קאסט נישט קיין געלט חתונה צו מאכן די קינדער.


עס איז אומגלויבליך וואס דא טוט זיך, דער רבי האט אונז ארויסגענומען פון די וועלט; מיר לעבן אין די צייטן פון ימות המשיח, עס קאסט נישט קיין געלט צו לעבן, מען דארף נישט ווערן קיין בעל חוב ווען מען מאכט חתונה די קינדער.


מארגן נאכט איז דא די ניינצנסטע חתונה אין ישיבה, גענצליך בחינם! די עסן איז אומזיסט, די מוזיק איז אומזיסט, דער בדחן איז אומזיסט און יעצט האבן מיר צוגעלייגט נאך א זאך וואס איז אומזיסט, מיר האבן באצאלט אסאך געלט פאר תלמידות פון בית פיגא זיך צו לערנען מאכן די האר און די פנים, זיי שטעלן צו פאר די גאנצע משפחה, פאר די כלה און פאר די געשוויסטער צו מאכן די האר גענצליך בחינם, און ווער עס וויל מאכן די פנים וכו' - אלעס איז בחינם.


איך בעט אייך אלע טייערע משפחות פון קהלות היכל הקודש, לאמיר זיך העלפן אינאיינעם, לאמיר זיין איין משפחה, לאמיר אנטייל נעמען ביי יענעמס שמחה. רופט שוין משפחת ... און פרעגט וואס איר קענט העלפן פאר די מארגנדיגע חתונה, איר וועט אליינס הנאה האבן, איר וועט אויך קענען חתונה מאכן אן קיין חובות, אן קיין דאגות.