מכתב יומי
ו שבט תשפ"א
January 19 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן פרנסה בריווח. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן מג): "מִי שֶׁמְּיַגֵּעַ אֶת עַצְמוֹ יוֹמָם וָלַיְלָה אַחַר פַּרְנָסָה", ווער עס פלאגט זיך טאג און נאכט צו טרעפן פרנסה, "וְאֵינוֹ מוֹצֵא אֶת פַּרְנָסָתוֹ", און ער טרעפט נישט קיין פרנסה, "תַּקָּנָתוֹ שֶׁיַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", זאל ער צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, וועט ער האבן פרנסה.
היינט איז דא זייער אסאך וועגן ווי אזוי מען קען האבן א חלק אין הפצה; פארבינד זיך מיט'ן קרן הדפסה, האברך ... נרו יאיר, אדער האברך ... נרו יאיר און ... נרו יאיר; נעם א חלק אין די מצוה - וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה.
יעצט אין די שובבי"ם טעג קען מען פאררעכטן, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל א תיקון אויף פגם הברית, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי אז ער זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.