מכתב יומי

כו טבת תשפ"א

January 10 2021

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך אין די צוויי זאכן וואס דער רבי האט אונז געהייסן.


די ערשטע זאך, מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה; דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שולחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך - טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען אן הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור; דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


די צווייטע זאך, יעדער איד דארף יעדן טאג זיך מתבודד זיין; זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו' און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


מיטוואך נאכט, ראש חודש שבט וועט זיין א צאמקום פאר פרויען; זע דיין ווייב זאל קענען קומען, זי זאל קענען שעפן פרישע כוחות צו קענען אנגיין מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.