מכתב יומי

ו תמוז תשע"ט

July 09 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן אין הפצה, דאס וועט דיר ברענגען גרויס שפע.


דו ווייסט אודאי דעם סיפור פון רבינ'ס תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, (ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות וועם דער רבי האט גענומען פאר'ן 'תיקון הכללי'), ער האט באקומען א ברכה פון רבי'ן אז ווען ער וועט אריין לייגן זיין האנט אין טאש וועט ער אייביג טרעפן דארט געלט. וכך הוה, ווען ער האט געדארפט האבן געלט האט ער אריין געלייגט די האנט אין טאש און געטראפן געלט; מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אין ספר הקדוש אשר בנחל: "איך געב א ברכה פאר אנשי שלומינו, ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה, וועט אייביג האבן געלט אין טאש".


די וואך איז געווען אין איינע פון די היימישע מיידל קעמפ'ס א פלא'דיגע מעשה, די מיידלעך האבן געמאכט צווישן זיך א שפיל אז יעדער דארף זאגן וואס פאר א חסידות האט די מערסטע מענטשן, מען האט אויסגערעכנט אלע חסידות'ן ביז מען איז אנגעקומען צו ברסלב, האט א מיידל גענומען דעם מייק און אנגעהויבן זינגען: "ברסלב זוכט נישט צו ווערן גרעסער נאר אז דיין לעבן זאל ווערן בעסער", און איבער פינף הונדערט מיידלעך האבן מיט געזינגען דעם ניגון פון די סידי: "טאנץ מיט אמונה נומער צוויי"; א יונגערמאן דערציילט מיר אז זיין שוועסטער האט אים אנגערופן זאגנדיג מיט איבעראשונג: "דו ווייסט וואס גייט פאר? די גאנצע קעמפ, אלע מיידלעך הערן די דרשות און ניגונים פון הייליגן רבי'ן!" דאס איז נאר צו פארדאנקען די מפיצים וואס זענען זיך מוסר נפש און גייען הפצה טאג און נאכט אן אויפהער.


יישר כח פאר'ן מיר העלפן איך זאל ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בענק זיך נאך די טעג ווען דער רבי איז געווען דיין גאנצע לעבן, יעדעס ווארט פון רבי'ן האט דיר אויפגעפרישט; איך בעט פאר דיר דו זאלסט זיך צוריק באנייען - חדש ימינו כקדם.


לדעתי קומט דאס ווייל דו געבסט נישט אכטונג פון הערן ליצנות אויפ'ן הייליגן רבי'ן; דו רעדסט מיט מענטשן וואס האבן נישט יראת שמים, וואס א מענטש וואס לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן איז א גרויסע סכנה צו האבן מיט אים א חברותא'שאפט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז'): א מענטש וואס לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן איז ערגער פון א חי'; מען כאפט נישט בשעת מעשה וואס פאסירט ווען מען האט חברים אן יראת שמים, אבער צוביסלעך גייט אריין אינעם מענטש סם וואס טוט אים אפקילן פון אידישקייט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", גיוואלד, די וועלט איז פול מיט ליכט און וואונדערליכע סודות און דאס קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום רבי'ן און הערט שיינע עצות און התחזקות ווי אזוי מען קען לעבן א שיינע לעבן און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן - מיט זיך אליין, מיט פרנסה, מיט א ווייב, מיט קינדער און מיט וואס נישט וכו' וכו'; ווייל דער רבי האט דאך עצות אויף טריט און שריט, אבער - גיוואלד און געשריגן: "דאס קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס!" ווען דער פרישער מקורב טרעפט אן א לץ און דער לץ פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך?" און דער מקורב ענטפערט אז ער האט געטראפן א ליכטיגע ווינקל וואו ער איז זיך מחי' און ער האט אנגעהויבן לעבן וכו' וכו', מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול און דער פרישער מקורב טראכט שוין וכו'... אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד"; און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "גיוואלד, גיוואלד".


בארעכן זיך וואס טוט זיך מיט דיר און גיי איבער דיינע חשבונות וואס דו האסט מרוויח געווען פון רבי'ן; דו האסט אנגעהויבן דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, האסט אנגעהויבן לערנען די הייליגע תורה, דו האסט היינט שיעורים בכל התורה כולה – מקרא, משנה, גמרא און מדרש וכו'; דיין שלום בית האט זיך געביטן מקצה אל הקצה, דיין ווייב זאגט אז דו ביסט אן אנדערע מענטש זייט דו קומסט צום רבי'ן, און נאך זאכן אן א שיעור וואס דער רבי האט דיר געגעבן אין לעבן, אבער זייט דו הערסט ליצנות און ניבול פה פון די חברים וואס רעדן אויפ'ן הייליגן רבי'ן קילט זיך דיר אפ דיין ברען און ווער ווייסט ווי ווייט דאס וועט האבן א השפעה אויף דיר.


וויסן זאלסטו אז מיין גאנצע הצלחה וואס איך האב מצליח געווען צו זיין אין היכל הקודש, מיט אלע מניעות, ליצנות און רדיפות וואס מען האט געטון מיט מיר איך זאל אפלאזן ברסלב – איז עס קיינעם נישט געלונגען, דאס איז נאר ווייל איך האב זיך זייער אכטונג געגעבן פון לצים. ווען איך האב געהערט מענטשן רעדן צו מיר ליצנות אויף מוהרא"ש אדער אויף היכל הקודש האב איך גלייך געמאכט אן עקס ביי מיר אין הארץ אז מיט דעם מענטש האב איך נישט קיין שייכות; איך האב נישט ארויסגעוויסן פאר קיינעם אז איך וויל נישט רעדן וכו' און איך היט זיך פון יענעם, אבער איך האב זיך זייער געהיטן פון זיי.


חזר זיך כסדר דעם פסוק וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו פון דיר אליין ליצנות; ווען איינער מאכט ליצנות פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיין עצות מאכט ער נישט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון זיך אליינס. ווייל ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג ווען דער מלאך המוות וועט אים אהיים רופן וועט גארנישט נוצן; ער וועט קענען שרייען און וויינען אבער ער וועט אוועק גיין נאקעט פון די וועלט, דעמאלט וועט מען זען ווער דער געשפעט איז, ווייל ווער עס האט גענומען דעם רבינ'ס זאך ערנסט וועט נישט זיין קיין דרגא בעולם וואס ער וועט נישט זוכה זיין צו קומען צו דעם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען שטארבט - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס... דעמאלט וועט ער זייער חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


מארגן, מיטוואך נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור אין קעמפ פאר די פרויען; געב איבער פאר דיין ווייב תחי' אז זי זאל וויסן צו קומען. איך וועל ענדיגן די שיעור פאר די בחורים פריער ווי געווענליך אז צען אזייגער זאל שוין דער בית המדרש זיין ליידיג און גרייט פאר די פרויען צוזאמקום.


געב א קוק אויף די בילדער וואס איך שיק דיר פון אומאן - וואו מען האלט שוין; מען קען זאגן אויף דעם בנין וואס פלימו האט געזאגט ווען ער האט געזען דעם הויז וואס רבי חנינא בן דוסא האט אויפגעבויט מיט תפילה (תענית כה.): "בַּיִת זֶה שֶׁקִירָה רֶבִּי חֲנִינָא בֶּן דוֹסָא בִּתְפִלָּתוֹ"; געב א קוק, א בנין מפואר האט זיך געבויעט אן קיין געלט און אן קיין נגידים, נאר מיט תפילה און רצונות פון אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


רוף שוין האברך ... באשטעלן א בעט פאר ראש השנה, ווייל עס איז שוין כמעט נישט דא קיין בעטן און איך וויל זייער דו זאלסט זיין מיט מיר, אז דו וועסט זיין מיט מיר וועט דיר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.