מכתב יומי

ו תמוז תשפ"ב

July 05 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן א טייערע ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "אשה טובה מתנה טובה לבעלה", די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט דאס האלטן חשוב. קום אהיים צייטליך, הער אויף נאכלויפן די בהמות (עיין ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו), קום אהיים צו דיין משפחה.


מען דארף טאקע טון חסד, מען דארף העלפן אנדערע; אבער די ווייב דיינע ווארט אויף דיר. איך וויל דיר פרעגן: "העלפן די ווייב, אהיים קומען צו איר, רעדן מיט איר, איר אויסהערן - דאס איז נישט חסד?!"


איך בעט דיר פאר דיין טובה, פאר דיין הצלחה, געב אביסל צייט פאר דיין משפחה; רעד צו איר שיין, זיי איר דן לכף זכות - וועסטו זייער פיל פארדינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.