מכתב יומי
ה תשרי תשע"ח
September 25 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ב' פרשת וזאת הברכה-א, ה' תשרי, תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען געווען ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיין זייער פרייליך א גאנץ יאר.
דער רבי האט דערציילט (אבניה ברזל, אות תקפ): אמאל האט זיך א איד גע'חלומ'ט אז אין די שטאט וויען אונטערן בריק איז דא א גרויסער אוצר, איז ער אהין געפארן און אנגעהויבן גראבן כדי צו טרעפן דעם אוצר. דארט איז געווען א וועכטער וואס ער האט באוואכט דעם בריק, און ווען ער האט געזען ווי דער איד גראבט אונטערן בריק האט ער אים געפרעגט: "וואס טוסטו דא?" האט דער איד געענטפערט: "עס האט זיך מיר גע'חלומ'ט אז דא איז דא א גרויסער אוצר וכו'", האט דער וועכטער אים געזאגט: "איי דו נארישער איד, מיר האט זיך גע'חלומ'ט אז אין דעם און דעם שטאט ביי דעם גאס, ביי א געוויסע הויז וואוינט א איד מיט דעם און דעם נאמען, ביי אים אין שטוב אונטער דעם אויוון ליגט באהאלטן אן אוצר, זאל איך יעצט אהין פארן?!" דער איד הערט ווי דער וועכטער פארציילט אים דער חלום, און ער רעדט גאר פון זיין הויז; האט ער פארלאזט דעם בריק און ער איז אהיים געפארן, און טאקע געפונען א גרויסער אוצר ביי זיך אין שטוב.
דערפאר פארן מיר צום רבי'ן, וואס דער רבי לערנט אונז אויס אז דער אוצר ליגט ביי אונז אין שטוב; דער רבי לערנט אונז אז אין שטוב מיט א ווייב און קינדער - קענען מיר זיין דבוק צום אייבערשטן. זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה, זיי מיינען אז אין שטוב איז נישט דער פאסיגער פלאץ פאר עבודת השם. מענטשן טראכטן: 'הלוואי ווען איך קען אנטלויפן פאר א שטיק צייט פון שטוב, איך וועל זיך אפזונדערן פון אלע תאוות עולם הזה, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד'; עס איז אבער נישט אמת, ווייל דווקא אין שטוב - דארט קען א מענטש זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
איך האב נישט קיין כח צו שרייבן קיין לאנגע בריוו, איך בין זייער אפגעמאטערט פון די נסיעה.
היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור; אפשר סוף וואך וועט זיין א שיעור, איך וועל דיר שוין אם ירצה ה' מודיע זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.