מכתב יומי

ו תשרי תשע"ח

September 26 2017

 בעזהשי"ת


יום ג' פרשת וזאת הברכה-א, ו' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג פון עשרת ימי תשובה, זע צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, ווייל גמרא איז מטהר דעם מענטש, און עס רייניגט אפ דעם מענטש פון אלע שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "גמרא פארברענט די קליפות"; און דער ס"מ האט זייער מורא ווען א מענטש לערנט תורה, בפרט ווען מען לערנט גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז דער הייליגער רבי ר' מענדעלע רימענובער זכותו יגן עלינו וואס איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז געווען דער בעל תפילה קבוע ראש השנה ביי זיין הייליגן רבי'ן, דער רבי ר' אלימלך זי"ע; איין יאר האט זיך געמאכט אז ער האט נישט געוואלט צו גיין צום עמוד, האט ער זיך באהאלטן פארן דאווענען אז מען זאל אים נישט קענען טרעפן, און מען זאל צו שיקן א צווייטן צום עמוד, אבער דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט נישט געוואלט גיין דאווענען ביז ווילאנג מען זוכט אים אויף און מען וועט אים טרעפן, ווייל ער האט נישט געוואלט מען זאל צו שיקן א צווייטן צום עמוד. זענען די תלמידים אים געגאנגען זוכן, ביז מען האט אים געטראפן וואו ער איז געווען באהאלטן. מען האט אים געזאגט אז דער רבי וויל נישט גיין דאווענען ביז ער קומט צוריק אין בית המדרש זיין דער בעל תפילה. ער האט נישט געהאט קיין ברירה, איז ער אריין געקומען אין בית המדרש און ער איז צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט אזוי ווי אייביג.


נאכן דאווענען האט מען אים געמוטשעט ער זאל פארציילן פארוואס ער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט ער זיי געענטפערט אזוי: "כך מקבלני, אז ווער עס איז א בעל תפילה ראש השנה און יום כיפור דארף זייער אכטונג געבן פון חמשה עשר באב צו לערנען גמרא יעדן איינציגן טאג, אבער היות איך בין געווען אונטערוועגנס פון מיין שטאט פריסטיק צו קומען קיין ליזענסק, און איך האב געהאט אסאך טרדות, איז מיר נישט אויסגעקומען יעדן טאג צו לערנען גמרא, האב איך מיך באהאלטן, ווייל איך בין נישט ראוי צו דאווענען פארן עמוד".


זעט מען פון דעם - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - וואס הייסט לערנען גמרא, אז דאס רייניגט און הייליגט דעם מענטש.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעבראכן אז דו האסט נישט קיין פרנסה; דו טראכסט ביי דיר אז דו ביסט דער פראבלעם, און דו האלסט זיך אין איין אראפ קלאפן כאילו פרנסה האט מיט דיר וכו', אבער וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, עס האט גארנישט צו טון מיטן מענטש, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יא): "לֹא לַגִּבּוֹרִים הַמִּלְחָמָה, וְגַם לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם, וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר וגו'", נישט גיבורים זענען די וואס געווינען מלחמות, און נישט חכמים זענען די וואס האבן עשירות, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער חפץ חיים זכרונו לברכה האט געזאגט: "ווען א מענטש לויפט און מוטשעט זיך פאר פרנסה, איז דאס צו געגליכנט צו א מענטש וואס פארט אין א וואגן און שטופט מיט זיין הענט די ווענט פונעם וואגן,  אז דער וואגן זאל פארן שנעלער, וועט עס אים דען העלפן? אזוי אויך ווען א מענטש לויפט נאך זיין פרנסה וועט ער נישט האבן מער פרנסה, נאר ער וועט אויסקוקן ווי דער וואס שטופט די ווענט פונעם וואגן עס זאל פארן שנעלער..."


פאר פרנסה איז דא נאר איין עצה: 'וויינען און וויינען און וויינען צום אייבערשטן, און זאגן תהילים, ביז די פרנסה וועט דיר נאכלויפן'; עס וועט דיר פלוצלינג אונטער קומען פרנסה אויף אזא וועג וואס דו האסט נישט געקענט חלומ'ן. דאס קען מען נישט מסביר זיין פאר מענטשן, ווייל מענטשן מיינען אז אלעס איז אנגעהאנגען אין אים, אדער אין אנדערע מענטשן. דערפאר ווערט מען זייער צעבראכן, און מען ווערט כסדר אין כעס, ביז מען קומט צו רציחה וכו', אבער אז מען ווייסט אז פרנסה האט גארנישט מיט מיר אדער מיט א צווייטן, נאר אלעס איז תלוי נאר אינעם אייבערשטן, עס איז נישט דא קיין טבע מקרה מזל, דעמאלט לעבט מען א חיים טובים, א רואיג לעבן, און מען האט נישט מורא פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.