מכתב יומי

כז אלול תשע"ז

September 18 2017

בעזהשי"ת - יום ב' פרשת האזינו, כ"ז אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען שוין אין אומאן; אזוי פיל תפילות האבן מיר געבעטן א גאנץ יאר, יעדן איינציגסטן טאג, אז מיר זאלן זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און יעצט זענען מיר דא, דארפן מיר זען אויסצוניצן די צייט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער אכטונג געבן נישט גיין זוכן מציאות ביי די רוסישע גוים, ווייל מען קען חס ושלום נכשל ווערן אין שמירת עינים וכו'; די בעסטע זאך איז אז מען גייט נאר צום ציון, און אין די איבעריגע צייט זאלסטו זיצן אין דיין דירה. ברוך השם מיר האבן אונזערע ד' אמות, א ריינע פלאץ, א פלאץ פון אינגעלייט און בחורים וואס יעדער לערנט זיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, א פלאץ פון קדושה, וואו אינגעלייט און בחורים רעדן איידל וכו', בעט איך דיר זאלסט זיך נישט דרייען וכו', נאר בלייב זיצן אין דיין דירה, לערן דיינע שיעורים כסדרן, און זיי עוסק זיך צוצוגרייטן אלע הכנות פאר יום טוב.


יעצט אז דו ביסט שוין אין אומאן גיי צום ציון און גיס דיר אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס איז אויף דיר אריבער מיום הולדך; זיי זיך מתוודה צום אייבערשטן, פארצייל אים בפרטי פרטיות וואס דו גייסט אריבער, דיינע נסיונות און דורכפעלער, דיינע מחשבות דיבורים ומעשים וואס זענען נישט ווי עס דארף צו זיין. אויך זאלסטו בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה, פאר דיין ווייב און קינדער, ווייל ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט געהערט פון א באגלייבטן איד, איינער פון אנשי שלומינו פון פריערדיגן דור; האט דער איד דערציילט אז ער איז געווען ביים ציון ערב ראש השנה צוזאמען מיט אנשי שלומינו, פלוצלינג איז אנגעקומען א איד, אויך איינער פון אנשי שלומינו, ער האט מיטגעברענגט מיט זיך זיין זון, דער קינד האט נעבעך נישט געקענט גיין, ער איז געווען פארלאזירט אויף זיינע פיס רחמנא לצלן, און דער טאטע האט אים געטראגן אויף זיינע אקסלען, דער איד איז געשטאנען אין א זייט און געווארט ווילאנג אלע וועלן אהיים גיין. עס איז געווארן נאכמיטאג ווען אלע זענען שוין געגאנגען צום קלויז דאווענען מנחה, האט דער איד צוזאמגענומען אלע שטויב פון ציון צו איין פלאץ, און ער האט אריין געזעצט זיין קינד אין די שטויב, און ער איז דארט געזעצן און געוויינט אז זיין זון זאל האבן א רפואה שלימה, ער זאל קענען גיין מיט די אייגענע פיס. פלוצלינג שטעלט זיך אויף דער קינד אויף זיינע פיס געזונט און שטארק, און ער האט אנגעהויבן גיין כאחד האדם, ער איז געגאנגען צום קלויז דאווענען מנחה מיט זיין טאטע, און דאס איז געווען א מורא'דיגע וואונדער פאר אלע וואס האבן דאס צו געקוקט.


ווען מען האט אים געפרעגט פון וואו האט ער גענומען די עצה פון צוזאמנעמען די שטויב פון ציון און אריין זעצן זיין קינד אין דעם, האט ער געענטפערט מיט א פשטות: "פון סיפורי מעשיות, וואו דער רבי פארציילט אז דער חיגר האט געהערט ווי דער זון זאגט פאר די לבנה אז עס איז דא א 'אבק', וואס אויב מען טוט אריין די פיס אין די שטויב ווערט מען אויסגעהיילט; איך האב זיך געמאכט א חשבון, וואו איז נאך דא אזא הייליגע שטויב ווי די שטויב פון רבינ'ס ציון, וואו אלע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, איז דאך זיכער אז די שטויב איז הייליג"; זעט מען פון דעם אז ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן, אויב מען ניצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין.


געב אכטונג זאלסט נישט האבן קיין שום שייכות מיט לצים; גיי נישט אריין אין וויכוחים מיט קיינעם, ליצנות איז אזא הארבע זאך אז עס פארשטעלט אלעס. עס ווערט געברענגט אין ספרי מוסר (של"ה הקדוש, מסכת יומא, פרק דרך חיים ותוכחת מוסר): "לֵיצָנוּת אַחַת דוֹחֶה מֵאָה תּוֹכָחוֹת", איין ליצנות נעמט אוועק הונדערט דרשות פון יראת שמים; דער הייליגער מסילת ישרים ברענגט אין זיין ספר (מסילת ישרים, פרק ה), אז ליצנות איז ווי א פאנצער קעגן יראת שמים.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פיל מיט ליכט, און פיל מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינע הענט פארשטעלט אלעס". האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט אז דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום רבי'ן, און הערט הערליכע עצות ווי אזוי מען לעבט, און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן  - סיי מיט זיך אליין, סיי מיט פרנסה, סיי מיט א ווייב, און סיי מיט קינדער, און מיט וואס נישט וכו' וכו', דער רבי האט דאך עצות אויף טריט און שריט, אבער געוואלד! די קליינע הענט פארשטעלט אלעס; דאס גייט ארויף אויף א 'לץ' וואס טרעפט דעם מענטש ווען ער ווערט מקורב, און ער פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך? און ווען יענער ענטפערט אים אז ער האט געטראפן א ליכטיג ווינקל, מאכט דער לץ מיט די הענט אזא תנועה פון ביטול; אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד". און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: געוואלד!


ר' נתן פלעגט זאגן אז ליצנות איז אבי אבות הטומאה; עס נישט דא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלוקית פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועק גיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; ווייל דורך ליצנות פאלט מען אראפ און די גרעסטע טומאה רחמנא לצלן.


מען זעט ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן פון לצים, אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים, און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


ר' נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן", און די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען, זענען ליידער אוועק געפאלן. דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן בכלל, און אין אומאן בפרט, ווען מען טרעפט זיך מיט אלע סארט מענטשן וכו', נישט צו טענה'נען מיט זיי, אפילו זיי זעען אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.