מכתב יומי
ה תשרי תשע"ט
September 14 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וילך-תשובה, ה' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם יתברך אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין דעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן; מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט דעם, ווייל דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר.
מיר גייען יעצט אריין אינעם ערשטן שבת פון שנת תשע"ט. עס איז דא א כלל אין די גמרא (עיין עירובין מא.): "בָּתַר רֵישָׁא גוּפָא אָזִיל", דער גאנצער גוף גייט נאכן קאפ; אז די התחלה איז גוט וועט דער גאנצער יאר זיין א גוטע יאר, דערפאר דארפן מיר דעם שבת זיין זייער פרייליך, טאנצן און שפרינגען א גאנץ שבת מיט די ווייב און קינדער: "א מחי' שבת!" וועלן מיר האבן א גוטע יאר.
איך וועל דיר אם ירצה ה' שרייבן פון מיין נסיעה קיין אומאן דעם יאר; יעצט בין איך נאך אביסל אפגעשוואכט פון די נסיעה, ווען איך וועל צוריק קומען צו די כוחות וועל איך דיר שרייבן.
א גוט שבת, איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וילך-תשובה, ה' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך בעט אייך זייער, בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, ווייל עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אריז"ל אז אין די טעג צווישן ראש השנה און יום כיפור קען מען פאררעכטן אלע טעג פונעם יאר; קומט אויס אז יעצט ערב שבת קען מען פאררעכטן אלע ערבי שבתות פונעם גאנצן יאר און פון די גאנצע לעבן וואס מיר דארפן אלס פאררעכטן.
דעריבער ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר וויינען צום אייבערשטן און אים בעטן פאר אייך און פאר אייער מאן און קינדער אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן.
קינדער זענען צוגעגליכן צו ביימער; פונקט ווי ביימער וואקסן נאר אויב מען באוואסערט זיי, אזוי אויך אז מען וויל זען נחת ביי די קינדער, מען וויל זוכה זיין צו ערליכע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי. יעדע תפילה און יעדע טרער מאכט אויס; עס נעמט זיך צוזאמען און עס ברענגט שיינע הערליכע פירות.
זעט זיך איבערצובעטן מיט אייער מאן נרו יאיר; זוכט נישט צו זיין גערעכט, זוכט ענדערש צו זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, דער פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות. אנשטאט זיך טענה'ן מיטן מאן, אנשטאט זיך קריגן מיט אים, קען מען דאס טון מיט חכמה; אז מען געבט דעם מאן ליבשאפט, מען רעדט שיין צו אים, וועט ער פון זיך אליינס זיין גוט און וואויל.
איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.