מכתב יומי

ז תשרי תשע"ט

September 16 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי השם אז מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן טאג "יום הכיפורים"; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער פארצייט אלע אונזערע עבירות, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ".


זע צו גיין מיט דיין ווייב און קינדער צו דיינע עלטערן, צו דיין ווייב'ס עלטערן און צו די זיידעס און באבעס פאר יום כיפור נעמען פון זיי א ברכה, זיי זאלן דיר בענטשן און בענטשן דיינע קינדער.


עס איז א גרויסע זאך ווען עלטערן בענטשן די קינדער; דאס איז אויסער די מצוה פון 'כיבוד אב ואם' וואס מען כאפט אריין פאר יום כיפור, ווייל עלטערן פרייען זיך ווען קינדער קומען זיי באזוכן יעדע שטיק צייט.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט וויסן ווי אזוי מען נוצט אויס די טעג און דו זאלסט וויסן וואס איז חשוב אויבן אין הימל; מענטשן טראכטן אז אויבן אין הימל איז חשוב תעניתים און סיגופים, זיין צעבראכן און ערנסט וכו' וכו', עס איז נישט אזוי, אויבן אין הימל איז חשוב ווען מען מאכט א נחת רוח פאר טאטע מאמע, שווער און שוויגער.


איך בעט דיר זייער זאלסט מתפלל זיין פאר מיר: "יואל בן ריצא רעכיל"; איך דארף אסאך תפילות אז איך זאל האבן כח און מח ווייטער ממשיך צו זיין מיט אלעס וואס איך טו. אנגעפאנגען מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, הדפסת והפצת ספרי רבינו ותלמידיו הקדושים אויף די גאנצע וועלט וכו' וכו'.


איך האף אז לכבוד דעם נייעם יאר וועסטו מיר העלפן מיט וואס דו קענסט נאר; איך דאנק אלע מיינע תלמידים וואס העלפן מיר א גאנץ יאר. איך בין מתפלל פאר דיר און פאר אלע מיינע תלמידים א גאנץ יאר, און איך האב זייער אסאך מתפלל געווען אין אומאן פאר דיר און פאר אלע מיינע תלמידים; איז בעט איך דיר, זיי דו אויך מתפלל פאר מיר.


א גמר חתימה טובה.