מכתב יומי

כז אלול תשע"ח

September 07 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים פה אומאן יצ"ו, כ"ז אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר שטייען יעצט ביים לעצטן שבת פון שנת תשע"ח. אלע יארן ווען ראש השנה איז אויסגעפאלן אזוי ווי היי יאר פלעגט מוהרא"ש זאגן אין אומאן: "אויב מיר וועלן זיין דעם שבת פרייליך, וועלן מיר פאררעכטן אלע שבתים פונעם גאנצן יאר"; דעריבער זאלסטו פראבירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך דעם שבת.


אזוי אויך זאלסטו זען אויס צו נוצן די צייט; מיר זענען יעצט אין אומאן, מיר זענען יעצט ביים הייליגן רבי'ן, דערמאן זיך שטענדיג וואו מיר געפינען זיך.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה איז געווען אין ארץ ישראל האט ער זיך כסדר געפרעגט: "וואו בין איך?" און ער פלעגט זיך נאכדעם ענטפערן: "אה, אין ארץ ישראל", ער האט געוואלט געדענקען די גאנצע צייט פון די הייליגקייט פון ארץ ישראל; מוהרא"ש האט דאס מסביר געווען, אז פונקט ווי ביי תפילין טאר מען נישט מסיח דעת זיין פון די תפילין, אזוי אויך האט ר' אברהם ב"ר נחמן נישט געוואלט מסיח דעת זיין פון קדושת ארץ ישראל.


דאס זעלבע דארפן מיר טון. ווען מיר געפונען זיך ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן - זיך כסדר פרעגן: "וואו בין איך?" און זיך נאכדעם ענטפערן: "אה, אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון"; אויב אזוי דארף איך לויפן צום רבי'ן אויס נוצן די צייט.


ווען דער הייליגער רבי נתן איז נסתלק געווארן האט ר' נפתלי זכרונו לברכה - ר' נתנ'ס חבר – זיך גע'חלומ'ט ווי ער זעט ר' נתן לויפן זייער שנעל, ער האט נאך נישט געוויסט אז ר' נתן איז שוין נסתלק געווארן, האט ער אים געפרעגט: "נתן אוואו לויפסטו?" האט אים ר' נתן געענטפערט אין חלום: "איך לויף גלייך צום רבי'ן!" האט ר' נפתלי פארשטאנען אז ר' נתן איז נסתלק געווארן.


ווען מיר זענען אין אומאן דארפן מיר געדענקען וואס ר' נתן האט געזאגט אין חלום פאר זיין חבר ר' נפתלי: "איך לויף צום רבי'ן!" מען טרעפט זיך אין אומאן מיט דעם און מיט יענעם, מען פרעגט דיר וואו גייסטו? וואו קומסטו? דארפסטו ענטפערן: "איך לויף צום רבי'ן!" מען דערציילט דיר 'דארט איז שיין', 'דארט איז דערהויבן', טראכט גלייך: "איך לויף צום רבי'ן!"


מוצאי שבת וועלן מיר זאגן סליחות ביי חצות אום איינס אזייגער; פאר דעם און נאכדעם זאלסטו גיין צום רבי'ן.


געדענק אז מיר שטייען אינעם אונטערשטן טאג פונעם יאר; די בת מלך בעט זיך ביי אונז (סיפורי מעשיות מעשה א', מאבדת בת מלך): "אינעם אונטערשטן טאג זאלסטו נישט פארשפעטיגן צו קומען מיר ארויס נעמען פון די נישט גוטע".


פאר סליחות זאלסטו גיין צום ציון; טרעף דיר א ווינקל און גיס זיך אויס דיין הארץ, פארצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע מעשים פון א גאנץ יאר און בעט איבער דעם אייבערשטן. זאג צו פארן אייבערשטן אז דו גייסט עס מער נישט טון - וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע דיינע מעשים.


איך בין אזוי פרייליך אז מיר האבן א מקום וואו מיר וועלן קענען זיין אלע יארן מיט אונזערע קינדער ארויס פון די גאנצע איבערדרייעניש; א שטילע ווינקעלע.


איך דאנק אלע תלמידים וואס האבן מיר געהעלפן בויען דעם בנין; איך בענטש ענק איר זאלט האבן א יאר מיט הצלחה, א יאר מיט יישוב הדעת, א יאר מיט שמחה, א יאר מיט נחת פון אייערע קינדער, אין דעם זכות וואס איר האט געהאלפן בויען דעם בנין.


א פרייליכן שבת און א כתיבה וחתימה טובה.