מכתב יומי

ז תשרי תשפ"ג

October 02 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


צוביסליך קומען מיר צו די כוחות פון די לאנגע נסיעה.


שבת איז געווען זייער שיין, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן.


מיר האבן געהאט א גרויסע נס שבת; אינמיטן הויכע שמונה עשרה ביי מוסף האט אנגעהויבן קומען א רויך פון די עירקאנדישן, אלע זענען מיר ארויסגעלאפן מיט די קינדער, מען האט אפילו געכאפט די ספר תורה און ארויסגעלאפן, ביז מען האט פארלאשן דעם עירקאנדישן, אזוי האבן מיר געקענט צוריק ממשיך זיין מיט'ן דאווענען און מיט סיפורי מעשיות; ניסי ניסים אז עס האט גארנישט פאסירט.


פאר אלע וואס שיקן ביי אונז אין די מוסד דארפן נישט מאכן כפרות פאר די קינדער, מיר מאכן כפרות פאר די אינגלעך אין חדר און פאר די מיידלעך אין סקול; דו האב אינזין פאר דיר און פאר דיין ווייב.


גיי מיט דיין משפחה זיך געזעגענען און זיך בענטשן ביי די עלטערן און די זיידעס, און אז מען מאכט א וויץ אויף דיר פון אומאן - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות, דאס איז די גרעסטע תשובה, "ישמע בזיונו", מען באקומט בזיונות, "ידום וישתוק", און מען ענטפערט נישט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


פרויען דארפן פאסטן יום כיפור, און אז עס איז שווער פאר דיין ווייב צו דאווענען אין שול - זאל זי ענדערש בלייבן אין שטוב און דאוווענען אין שטוב, אדער אפילו בלייבן אין בעט זיך אפרוען און פאסטן.


א גמר חתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך הער זאגן אז עס זענען דא וואס ווארפן אלטע שאפעס, אלטע בענקלעך, קאוטשעס אין שטילע פלעצער, אין פעלדער און אין וועלדער פון שטעטל; וויל איך דיר בעטן, טו דאס נישט; ווארף נישט ארויס דיין מיסט אין די וועלדער אין שטעטל, דאס איז נישט די וועג פון זיך שפארן פון צאלן פאר מיסט; וואס וועסטו טון אז מען וועט קומען אויף דיינע שפירן? וועסטו דארפן באצאלן טאפלט און טריפלט.


א איד לעבט מיט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, א): "הִסְתַּכֵּל בִּשְׁלשָׁה דְבָרִים ... דַּע מַה לְּמַעְלָה מִמְּךָ", א איד לעבט שטענדיג אז מען קוקט אויף אים, מען זעט פון הימל וואס ער טוט; חוץ מזה פאלט אלעס אויף די הנהלה, ווען מיר בעטן טובות פון די שטאטישע באאמטע האלטן זיי פאר אויף די ריינקייט פון שטעטל וכדומה.


אם ירצה ה' גלייך נאך יום טוב עפענען מיר אויף א שיינע גרויסע קיאסק. איך האב אסאך געבעטן די הנהלה זאלן דאס מאכן זייער באקוועם, אז אלע זאלן זיך אהין ציען, מען זאל וועלן אהין גיין, עס זאל זיך נישט לוינען צו האלטן אין שטוב די כלים וואס צעברעכן די אידישע שטוב.


אויך ארבעטן מיר אויף אסאך שיינע זאכן צופרידנצושטעלן די איינוואוינער פון שטעטל.


א גמר חתימה טובה.