מכתב יומי
ז אב תשע"ט
August 08 2019
‹ ›[אין דעם היינטיגן טאג זענען דא צוויי בריוון]
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דאס הארץ רייסט מיר צו הערן וואו דו ליגסט און איבער די ביטערע שווערע נסיונות וואס דו גייסט אריבער; נאר דער רבי האט נאך א וועג פאר דיר ווי אזוי דו זאלסט ארויסקומען פון די בלאטע, הייב אן זאגן משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט די משניות זאלסטו זאגן די ווערטער.
זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
אז דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן וועט דיר גוט זיין, אז נישט - וועסטו אינגאנצן משוגע ווערן, ווייל די עבירה פון פגם הברית מאכט משוגע דעם מענטש, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "אלע משוגעים ווערן משוגע פון די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה".
זע צו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, דעם תיקון הכללי [קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ].
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אפשר קענסטו מיר בארגן געלט אדער אפשר ווייסטו איינער וואס וואלט מיר געבארגט געלט פאר א שטיק צייט? איך דארף זייער וויכטיג שיקן נאך געלט קיין אומאן מיר זאלן קענען זיין דארט מיט די מינימאלע געברויכן אויף ראש השנה שנת תש"פ הבא עלינו לטובה. דו קענסט זיך נאכפרעגן ביי אנשי שלומינו פון וועם איך האב געבארגט געלט – אז איך האב שטענדיג באצאלט ביים זמן הפרעון אדער פאר'ן זמן, קיינמאל איז ביי מיר נישט אריבער דעם זמן הפרעון אן באצאלן.
געדענק וואס מוהרא"ש זאגט: "ווער עס עפנט די גמרא יעדן טאג וועט בלייבן א איד"; זיי זיך מוסר נפש צו עפענען די גמרא יעדן טאג און לערנען לכל הפחות א בלאט גמרא, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.
לאז מיר וויסן אויב דו קענסט שאפן אן הלואה.