מכתב יומי

יט תמוז תשפ"א

June 29 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, הפצה איז דיין תיקון; אז דו וועסט גיין הפצה וועסטו פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווען מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן, מיט דעם טוט מען פאררעכטן די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


אז דו וועסט גיין הפצה וועסטו זיך איבערצייגן ווי מענטשן שטייען און ווארטן אויף די ספרים און קונטרסים, בפרט אויף די נייע קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות. דאס רעדט צו די בני הנעורים, עס וועקט זיי אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן, מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם.


אויבן אין הימל איז אנדערש פון דא, אויבן קוקט מען נישט ווער עס האט מער געלט, א שענערע הויז אדער א שענערע קאר, אויבן קוקט מען ווער עס טוט פאר אנדערע, ווער עס גייט ארויס פון זיין וועג פאר א איד, ווער עס איז עוסק אין די גרויסע עבודה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מיר זענען דורכאויס די זומער וואכן אין קרית ברסלב ליבערטי; עס איז ממש א מחי' דא, עס איז א ריינע פלאץ, א פלאץ פון אמונה. איך האף צום אייבערשטן דא צו זיין ביז א וואך פאר ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.