מכתב יומי
ח אדר ב' תשפ"ב
March 11 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל ודי בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו
די וואך שבת זכור מעקן מיר אויס עמלק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.) אויפ'ן פסוק (דברי הימים-א כט, יא): "לְךָ ה' הַמַּמְלָכָה" - זוֹ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק; דאס איז די גאנצע מלחמה מיט עמלק, עמלק איז דא צו מאכן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אריינברענגען ספיקות אין אידישע הערצער, "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן" (שמות יז, ז - ח), איז דער אייבערשטער דא צווישן אונז אדער נישט? און די הייליגע צדיקים פון אלע דורות, אנגעהויבן פון משה רבינו, - האלטן מלחמה, זיי ברענגען אריין אין די וועלט "לְךָ ה' הַמַּמְלָכָה" – דער אייבערשטער איז דער קעניג, אלעס איז ער אליין, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים אליינס.
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג מלחמה צו האלטן מיט עמלק; דורך תורה, תפילה והתבודדות, דורך שרייען צום אייבערשטן. אים בעטן אויף די אייגענע שפראך, כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט מיט א נאנטער פריינט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, דאס איז מרומז אינעם פסוק (שמות יז, יג): "וַיַּחֲלשׁ יְהוֹשֻׁעַ אֶת עֲמָלֵק", יהושע בן נון האט אפגעשוואכט טומאת עמלק, "לְפִי חָרֶב", פי דאס איז די מויל, חרב, די שווערד פון אידישע קינדער איז תפילה והתבודדות, מיט'ן מויל טוט מען אפשוואכן עמלק.
דאס איז נישט קיין גרינגע מלחמה, עמלק מאכט קאלט דעם מענטש, "אֲשֶׁר קָֽרְךָ" (דברים כה, יח), ער מאכט קאלט, ער מאכט אוועק, ער פארדרייט די מח מחשבה מיט לצנות און טומאה, 'קיינער הערט מיך נישט אויס', 'קיינער דארף מיך נישט', 'מיינע תפילות זענען נישט ווערד' חס ושלום; מיט דעם האלטן די צדיקים מלחמה, זיי טוען דערמאנען און אויפוועקן צו האלטן דעם שווערד צו רעדן צום אייבערשטן.
משה רבינו האט אויפגעהויבן זיינע הענט, ער האט געוויזן צום הימל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה כט.) ער האט געוויזן מען זאל קוקן צום אייבערשטן, דעמאלט האבן די אידן מנצח געווען. פרעגט רבי נתן (לקוטי הלכות גביית חוב, הלכה ג) פארוואס האט משה רבינו נישט געקענט זאגן קלאר און דייטליך: "רבותי מען דארף תשובה טון, מען דארף רעדן צום אייבערשטן", וואס איז די זאך פון "משה מגביה את ידיו"? נאר עס איז דא צייטן וואס מען איז אזוי אראפגעפאלן, אלעס איז אזוי פארשטעלט, מען קען שוין אפילו נישט רעדן פון עבודת השם, מען קען נאר ווייזן אויפ'ן הימל: "עס איז דא א באשעפער", מען דארף זוכן ווי אזוי צוריק צו קומען צום אים.
אמאל איז געווען ביי רבי נתן, ער האט זיך דערשטיקט, א ביין פון די פיש איז אים געבליבן שטעקן אין האלז, ער האט דעמאלט נישט געקענט בעטן דעם אייבערשטן, איז ער געלאפן צום פענסטער און געקוקט צום הימל ביז עס איז ארויס; רבי נתן האט דאס שפעטער דערציילט, מען זאל וויסן ווען עס קומט א צייט וואס די מויל איז פארשטאפט, מען קען נישט עפענען די מויל רעדן צום אייבערשטן, זאל מען קוקן צום אייבערשטן, בענקען צו אים.
איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ – איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק.
מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט – דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן.
פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'.
פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן – העלפט מען אים.
פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק.
פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט – קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב).
א פרייליכן ליכטיגן שבת.