מכתב יומי

ז אדר תשע"ח

February 22 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט ז' אדר - די יומא דהילולא פון משה רבינו.


אויך איז היינט די יארצייט פון הרב הקדוש רבי יצחק אייזיק מקאליב זכותו יגן עלינו; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי זיין ציון ווען איך בין געווען א יונגער בחור און עד היום ליגט מיר נאך די מציבה פאר די אויגן. אויף די מציבה שטייט אויפגעשריבן: "היה ערליכער איד, והיה לומד על הדף". עס איז ידוע אז דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל אויסגעדרוקט מיט די ווערטער: "ווען מען זאל היינט בא'טיטל'ען א רבי אלס ערליכער איד וואלט ער זיך זיך באליידיגט און ס'וואלט נישט אמת געווען אויך נישט".


ברוך השם אז מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן עו), דעריבער קענען מיר אויך זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה און צו זיין ערליכע אידן. די צוויי זאכן "היה ערליכער איד, והיה לומד על הדף" גייען צוזאמען - אז מען לערנט יעדן טאג תורה בפרט א "דף גמרא", איז מען אויך זוכה צו "והיה ערליכער איד", ווייל תורה ברענגט א מענטש נאנט צום אייבערשטן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע גוטס לימוד גמרא ברענגט פארן מענטש; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאטע'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה". און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן. און זיי האבן זיך אונטער גענומען צו לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא', דורך דעם זענען זיי ארויס געגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.


באמת זאגן דאס חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה - זאגט דער אייבערשטער - רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג א 'דף גמרא'. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.