מכתב יומי

ז חשון תשע"ח

October 27 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען אריין אינעם הייליגן שבת, א מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, מיר זאלן זיך קענען אביסל דערנענטערן צו אים.


א גאנצע וואך איז א מענטש פאריאגט צו ברענגען פרנסה, אבער ווען עס קומט שבת - 'בָּא שַׁבָּת בָּא מְנוּחָה', קען מען אביסל לערנען, א ביסל דאווענען. ווער רעדט נאך אז מען האט זוכה געווען און מען האט קינדער; די קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף שבת קודש, צו זיצן אביסל מיט זייער טאטע און מאמע ביים שבת טיש, באקומען אביסל אויפמערקזאמקייט, און הערן שיינע מעשיות און שיינע ניגונים וכו'.


גרייט דיר אן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, און דאס ברענגט זייער גוטע תוצאות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט מען אויף געפלאמט, און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערענט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט דער מלמד: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט די מוסר מיין איך, איך פרעג צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגען רבי'ן ר' אלימלך און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא?" ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער רבי האט אמאל פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן; ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי, פלעגן זיי אריין גיין אין הויז פון בעל שם טוב, און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב; דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט, און פלעגט זיך אונטער הערן די שמועסן פון די קדושי עליון, איינמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, און זי איז גלייך דערויף נפטר געווארן, ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע צוגערופן און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר, נעבן דיר". אזוי איז נפטר געווארן דעם בעל שם טוב'ס טאטע.


דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר, און איז געווען איינער אליין אין א גרויסע וועלט. ער האט אבער שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק! זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר, נעבן דיר". אזוי איז ער אויף געוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטער.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל; גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א  צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וועל איך אויך ווערן א צדיק"; דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב, און געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א צדיק", "איך וויל זיין אן ערליכער איד וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


זעט מען פון דעם, אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, פלאקערט דאס אים אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.


זע צו רעדן צו דיינע קינדער זיי זאלן אכטונג געבן מיט וועם זיי חבר'ן זיך; היינט אין אונזער דור זענען דא זייער אסאך מניוולים און משחיתים וואס זוכן צו מטמא זיין נשמות ישראל מיט עבירות. דערפאר איז א חיוב אויף עלטערן צו רעדן צו זייערע קינדער - סיי מיט די אינגלעך סיי מיט די מיידלעך, קלאר און דייטליך ברחל בתך הקטנה: "קיינער קען דיך נישט צורירן וכו'" (ביים שרייבן - שרייבט מען 'וכו', אבער פארן קינד זאגט מען נישט 'וכו', וד"ל), און מען זאל אכטונג געבן ווען איינער איז זייער זיס וכו'; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז זיין טאטע האט אים אייביג מזיר געווען ער זאל אוועק שטיין פון ביטערע מענטשן און פון זיסע מענטשן; ווען מען זעט איינער איז צו זיס - ער זוכט נאר צו קושן און צו גלעטן, דארף דאס אנצינדן א רויטע לעמפל; עלטערן דארפן זייער אכטונג געבן אויף די קינדער - וואו זיי זענען, און מיט וועמען זיי דרייען זיך וכו', נישט לעבן אין דמיונות (דינייעל) און אריין שטעקן דעם קאפ אין זאמד, און זאגן: "מיינע קינדער זענען מסודר".


איך שטאלציר זייער שטארק מיט אונזער מוסד; איך בין געווען א מלמד פינעף יאר פאר אינגלעך פון דרייצן פערצן יאר, און איך האב אנגעפאנגען רעדן א-ב מיט זיי, אז מען טאר נישט לייגן די הענט אויפן ברית קודש, מען דארף זיין הייליג, און זיי זענען געשטאנען און מיר אנגעקוקט אזוי ווי דער האן קוקט אין די בני אדם, ווי איינער זאל אראפ ווארפן א באמבע; פלוצלינג האבן די קינדער אנגעפאנגן רעדן זאכן וואס זענען געווען באהאלטן ביי זיי, דער זאגט מיר אז זיינע עלטערן זענען אוועק געפארן און מען האט אים געשיקט צו א מומע און זי האט מיט אים רחמנא לצלן געטון עבירות יעדן טאג, א צווייטער קומט וויינען אז זיין פעטער האט געטון מיט אים עבירות, און אזוי ווייטער; קיינער האט זיי נישט אנגעגרייט אז עס זאל נישט פאסירן וואס האט פאסירט מיט זיי. אומשולדיגע קינדער, אומשולדיגע ריינע נשמות ווערן אריין געשלעפט אין די עקעלדיגע עבירה, ווייל מען האט זיי נישט אנגעגרייט ווי אזוי זיי דארפן זיך אכטונג געבן.


ברוך השם ביי אונז אין חדר און אין מיידל סקול רעדט מען צו די קינדער אז קיינער קען דיר נישט צורירן, און אויב איינער כאפט דיך אן אויף דיינע פריוואטע פלעצער זאלסטו דאס פארציילן פאר דיין מלמד/טיטשער אדער עלטערן. וויפיל אינגעלייט מוטשען זיך היינט ווייל זייערע ווייבער זענען אומגליקליך געווארן ווען זיי זענען געווען מיידלעך, און היינט ווילן זיי נישט האבן קיין שום שייכות מיטן מאן, ווייל עס קומט זיי ארויף אלטע שרעקעדיגע זכרונות און טראמא לא עלינו; זיי פארלירן זייער טראסט אין מענער, ווייל זיי האבן אין קאפ א שרעק וכו'. וויפיל מעשיות האב איך געהערט ווי מענטשן וויינען: מיר זענען אומגליקליך, מיר ווילן נישט האבן מיטן ווייב - ווייל מען האט זיי געטשעפעט וכו'; ואי אפשר להאריך מפני הצניעות.


דערפאר דארף מען רעדן צו די קינדער, זיי מסביר זיין שיינערהייט וואס זיי האבן צו טון (נישט חס ושלום דערשרעקן, אז זיי זאלן באקומען א פחד פון מענטשן); ווייל אז מען רעדט צו די קינדער און מען זאגט זיי שיינערהייט אז עס זענען דא מענטשן וואס זיי זענען נישט געזונט זיי ווילן אנכאפן אויף נישט איידעלע פלעצער, און מען דארף זיך היטן פון זיי, דעמאלט שפארט מען איין אסאך עגמת נפש.


זע צו זינגען שבת די זמירות; אלע מלאכים ווארטן צו הערן ווי א אינגערמאן קומט אהיים פון שול און זינגט שיין די זמירות; דיין ווייב און קינדער וועלן זייער הנאה האבן פון א שיינע סעודה.


א פרוי באקלאגט זיך מיר אז זי גרייט אן א שיינע סעודה; זי קאכט און באקט און רוימט די הויז, און זי ווארט צו האבן א שיינע סעודה, ביז דערווייל דערזעט צו זיך אז איר מאן קומט אהיים און מורמעלט זיך אונטער קידוש, קוים קוים וואס מען קען הערן א ווארט, און ער עסט אפ די סעודה אן קיין זינגען, אן קיין התחזקות און אן קיין ישר כח וכו' וכו', דאס טוט איר זייער וויי; דערפאר זאג איך דיר, מאך א שיינע סעודה און דו וועסט עסן די רווחים פון דעם.


א איד איז געקומען צו הרב וואזנער זכרונו לברכה, און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ אז ער איז אראפגעפאלן אין שמוציגע עבירות, און ער פרעגט אים וואס ער זאל טון, און ער זאגט פאר הרב וואזנער: "וואס דער רב וועט מיר זאגן וועל איך טון, אבער דער רב זאל מיר געבען א תיקון". הרב וואזנער איז בלאס געווארן, ווייל ער האט נישט געקענט צו זיך קומען פון וואס דער איד פארציילט, און ער זאגט אים: "איך געב דיר א תיקון, אז יעדע שבת זאלסטו זינגען אסאך זמירות ביי די סעודות". דער איד האט געמיינט אז דער רב מאכט פון אים שפאס, אבער ער איד האט געפאלגט הרב וואזנער און ער האט זוכה געווען זיך ארויסצודרייען פון זיין בלאטע וכו'.


מאך פרייליך דיינע קינדער, און זינג מיט זיי: "גוטע נאש מען ברענגט אריין, די טאטע הייבט אן מסביר זיין, אז רעדן צום באשעפער איז די בעסטע זאך, אויב רעדט מען צום באשעפער באקומט מען יעדע זאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן. 


א גוט שבת.