מכתב יומי

ז חשון תשפ

November 05 2019

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת לך לך, ז' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז יעדע ברסלב'ער חסיד בכלל און יעדע תלמיד היכל הקודש בפרט – קוקט מען נאך מיט טויזנט אויגן, דעריבער זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו פירסט זיך אויף.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; מענטשן קוקן נאך יעדע ברסלב'ער חסיד, און ווען מען זעט ווי שיין און איידל מיר פירן זיך גייט ארויס א גוטע נאמען אויפ'ן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.