מכתב יומי

ז טבת תשע"ח

December 25 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי דער וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; ווי אזוי איז מען זוכה צו א קלארע אמונה? דורך דעם וואס מען רעדט פון אמונה, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְך בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


אז מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות האט מען א גוט לעבן; עס איז אסאך מאל זייער שווער אנצוגיין, מען שפירט ווי מען וויל אויף געבן, בפרט ווען עס גייט איבער מבית ומבחוץ, מחלוקת און שפיכות דמים, מען כאפט אריין בזיונות וכו' וכו', אבער אויב מען פארלירט זיך נישט, מען גייט ווייטער אן, און אפילו מען האט זיך שוין יא פארלוירן פארלירט מען זיך נישט ווייטער, נאר מען פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין שטארק אין אמונה, איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם דיבור פון רבי'ן, ווייל אז מען שפרינגט איבער אלע קשיות און אלע ספיקות און מען האט אמונה איז גאר גוט.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט גיין גלות ליידן מיט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו; אמאל איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געווען מיט זיין הייליגער ברודער אונטערוועגנס, דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע איז געווען זייער אויסגעמוטשעט, און ער האט זיך געלייגט שלאפן אין א קרעטשמע. די גוים אינעם קרעטשמע זענען געווען אנגע'שיכור'ט, און ווען זיי האבן געזען אז דארט זענען דא אידן, זענען זיי אריין אינעם צימער וואו די צוויי הייליגע ברודער זענען געשלאפן, און אויפגעוועקט דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און אים געהייסן ער זאל טאנצן פאר זיי א קאדאטשקע. בלית ברירה איז דער רבי ר' אלימלך ארויס פון בעט און געגאנגען טאנצן, נאך א שטיק צייט האבן זיי אים געלאזט צוריק גיין שלאפן, אבער נאך אפאר מינוט קומען זיי נאכאמאל און וועקן אים אויף ער זאל ווייטער קומען טאנצן פאר זיי. שפעטער ווען ער האט געענדיגט טאנצן און צוריק געקומען אין צימער, איז ער צוגעגאנגען צו זיין ברודער רבי ר' זושא, ער האט אים אויפגעוועקט און אים געבעטן אויב ער קען באשטיין זיך צו טוישן בעט מיט אים, ווייל די גוים לאזן אים נישט קיין איין מינוט מנוחה און ער וויל אביסל שלאפן. דער רבי ר' זושא האט גלייך מסכים געווען און זיי האבן זיך געטוישט בעטן, דער רבי ר' אלימלך וויל שוין איינשלאפן, קומען די גוים אריין און זיי זאגן: "יעצט לאמיר נעמען דעם אנדערן איד ער זאל טאנצן פאר אונז, ווייל דער אנדערער איד איז שוין אפגעמוטשעט וכו'", זיי האבן אויפגעוועקט דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע "קום אביסל טאנצן פאר אונז!" האבן זיי געשריגן. האט דער רבי ר' אלימלך געזאגט: "אז פון הימל הייסט מען מיילעך זאל טאנצן, קען מיילעך גארנישט טון, ער קען זיך נישט ארויס דרייען".


אין דעם מעשה ליגט א מורא'דיגע התחזקות; ווען עס איז באשערט פאר א מענטש א שווערע טאג, זאל מען נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, נאר וויסן אז אלעס איז בהשגחה פונעם אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט אריין נעמען אין דיר אז קיינער קומט דיר גארנישט, קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, וואס דו דארפסט זאלסטו גיין צום אייבערשטן, וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


נ.ב. היינט נאכט וועט נישט פארקומען דעם וועכענטליכן שיעור, עס וועט אי"ה זיין אינאיינעם מיטן סעודת הילולא מיטוואך נאכט לרגל הילולת מוהרנ"ת ז"ל.


היינט נאכט איז דא א פרויען צוזאמקום, סיי אין וויליאמסבורג אין ישיבה און סיי אין קרית יואל. זע צו בלייבן אין שטוב העלפן, אז דיין ווייב זאל קענען קומען און הערן אביסל דיבורי ההתחזקות.