מכתב יומי

ז טבת תשע"ט

December 15 2018

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גוטע וואך און א געזונטע וואך! הרב הקדוש מהר"א מבעלזא זכותו יגן עלינו, ווען מען פלעגט אים זאגן "א גוטע וואך" פלעגט ער צוריק זאגן: "א גוטע וואך איז א בלאט גמרא".


לערן דעם היינטיגן בלאט גמרא, עס איז אזוי שיין ווען מען לערנט גמרא מיט די הקדמות פון רבי'ן; מיר האבן היינט געהאט אין די גמרא (חולין יח.): "הַהוּא טַבָּחָא דְּלָא סָר סַכִּינוֹ קַמֵּיהּ דְּרָבָא בַּר חִינְנָא", עס איז געווען א שוחט וואס האט נישט געוויזן דעם מעסער פאר רבא, האט אים רבא אין געלייגט אין חרם, אזוי ווי די הלכה איז אז אויב דער שוחט איז מזלזל אינעם רב, ער ווייזט אים נישט דעם מעסער פארן שחט'ן דארף מען אים לייגן אין חרם. שפעטער זענען אנגעקומען צו רבא מר זוטרא און רב אשי, האט רבא זיי געבעטן: "לִיעַיְּינוּ רַבָּה בְּמִלְּתֵיהּ", אויב זיי קענען זוכן א היתר פאר דעם שוחט מען זאל אים לאזן צוריק ווייטער שחט'ן, "דְּתָלוּ בֵּיהּ טַפְלֵי", ווייל ער האט קליינע קינדער אין שטוב און ער דארף זיי מפרנס זיין.


ווען א ברסלב'ער חסיד לערנט די גמרא מאכט ער גלייך פון דעם א תפילה צום הייליגן באשעפער און בעט אים: "רבונו של עולם, אמת טאקע איך האב געטון נארישקייטן וואס צוליב דעם קומט מיר אזעלכע עונשים אז מען שטופט מיר אוועק פון אלע גוטע זאכן און איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט פרנסה, אבער דאך: 'לִיעַיְּינוּ רַבָּה בְּמִלְּתֵיהּ', אפשר קען מען אפיר זוכן אויף מיר עפעס זכותים, 'דְּתָלוּ בֵּיהּ טַפְלֵי', ווייל איך האב דאך א ווייב מיט קינדער און איך דארף אהיים ברענגען פרנסה".


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען לערנט גמרא אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד - איז דאך ממש א מחי'! מען זוכט אלץ אין די גמרא ווי קען מען ארויס נעמען חיזוק און שמחה זיך צו באנייען און זיך פרייליך מאכן.


וואש זיך אויף א כזית פאר מלוה מלכה אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן ש): "לְעוֹלָם יְסַדֵּר אָדָם שֻׁלְחָנוֹ בְּמוֹצָאֵי שַׁבָּת, כְּדֵי לְלַוּוֹת אֶת הַשַׁבָּת, אֲפִלּוּ אֵינוֹ צָרִיךְ אֶלָּא לִכְזַיִת"; אויך איז דאס א גרויסע סגולה צו האבן שטארקע אמונה און געזינטע נערוון. וואש זיך מיט דיין ווייב פאר א מלוה מלכה; מוהרא"ש זאגט עס איז א סגולה פאר א גרינגע לידה - מען זאל האבן גרינגערהייט די קינדער.


א גוטע וואך!