מכתב יומי

ח כסלו תשע"ח

November 26 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, ח' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם רבי'ן; וואס וואלטן מיר געטון אן דעם רבי'ן, ווי אזוי וואלטן מיר זיך אן עצה געגעבן אן דעם הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי איז אונז מחיה און מחזק אז מיר זאלן נישט אויפגעבן, מיר זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אז מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז איבערגעלאזט אזוי פיל ספרים פיל מיט חיזוק און עצות פאר יעדן מענטש אין יעדן מצב; דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען נישט קיין חולקים אויפן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים.


איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס דער רבי האט פארלאנגט פון אונז, אז מיר זאלן האבן "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד), עס איז כמעט נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון "שלום בית" - אז דער מאן דארף מכבד זיין די ווייב. אז מען איז מכבד די ווייב, איז מען זוכה אז דער אייבערשטער רוהט אין שטוב.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז דער אייבערשטער איז נאר אין שול, אין כולל, אדער אין ישיבה, און נאר דאס בית המדרש, כולל, ישיבה איז רוחניות, אבער דער שטוב איז גשמיות, ממילא, ווען מען איז אין שטוב און מען העלפט די ווייב, דאס איז גשמיות, און דאס איז א שטער צו זיין אן ערליכער איד.


עס איז נישט אזוי, נאר דער אייבערשטער איז אויך אין שטוב. עבודת השם איז נישט נאר אין בית המדרש, אז מען העלפט אין שטוב, מען העלפט די ווייב מיט די קינדער, דאס איז פונקט אזוי חשוב ווי די גרעסטע עבודות.


עס איז באוואוסט דאס ווארט וואס ר' נתן פלעגט זאגן: "ביי מיר איז חשוב צו רעדן מיט מיינע קינדער, זיי מחנך זיין, אזוי ווי תיקון חצות"; ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואלט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, אבער אזוי ווי ער האט געהאט א שטוב מיט קינדער, פלעגט ער ווארטן זיי זאלן אהיים קומען פון חדר, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער, און דאס האט אים געשטערט פון גיין שלאפן פרי, האט ער געזאגט אז דאס איז ביי אים פונקט אזוי חשוב ווי חצות.


איך האף אז די פאר ווערטער וואס איך שרייב דיר וועסטו אריין נעמען אין הארץ, דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, וועסט העלפן דיין ווייב מיט די קינדער, וועסט אכטונג געבן אויף איר כבוד איר נישט צו פארשעמען, אזוי וועסטו האבן א גוט לעבן. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.