מכתב יומי

י כסלו תשפ

December 08 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים וועסטו אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א תיקון אויף די עבירה, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן דאס משיג צו זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, אבער איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי", מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" יעדן טאג גלייך נאכן דאווענען, אזוי איז מען פארזיכערט אז מען וועט אלעס פאררעכטן.


לערן יעדן טאג דעם דף גמרא; א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אן לימוד התורה דאס וועט אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.