מכתב יומי

ט ניסן תשע"ח

March 25 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-א, ט' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין שטארק אין דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי: מַאי דִּכְתִיב: 'וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן' (תהלים סט, יד), אֵימָתַי עֵת רָצוֹן? בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִים", ווען איז אן עת רצון? ווען דער צבור דאווענט; און אז מען דאווענט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט).


אז דו וועסט דאווענען מיט מנין וועלן דיינע קינדער דאווענען מיט מנין, ווייל חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס. א מענטש דארף גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, שחרית מנחה און מעריב מיט מנין. קינדער וואס זעהן דעם טאטע'ן מזלזל זיין אין דאווענען דאס ברענגט אז זיי זאלן אויך מזלזל זיין אין דאווענען מיט מנין.


דיקא יעצט אין די פארנומענע ערב פסח טעג זאלסטו זייער אכטונג געבן אויפן דאווענען. דאס ערשטע זאך דארף מען גיין דאווענען; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל דאווענען גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): דאווענען איז אזוי גרויס אז מען טאר דאס נישט אוועק שטופן אויף שפעטער; אזוי ווי מיר זעען אז חכמינו זכונם לברכה זאגן (ברכות ה:): "תַּנְיָא, אַבָּא בִּנְיָמִין אוֹמֵר: עַל שֵׁנִי דְבָרִים הָיִיתִי מִצְטַעֵר כָּל יָמַי, עַל תְּפִלָּתִי שְׁתֶּהֵא סָמוּך לְמִטָּתִי וְכוּ'", אבא בנימין האט א גאנץ לעבן מקפיד געווען צו דאווענען גלייך נאכן אויפשטיין; ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער ווער ווייסט צי מען וועט נאך בכלל קענען דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.