מכתב יומי

ז שבט תשע"ח

January 23 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער אנטלויף פון לצים און געב אכטונג פון מענטשן וואס מאכן ליצנות פון הייליגן רבי'ן. זאלסט זיך קיינמאל נישט מתוכח זיין מיט קיין שום מענטש ווייל ווען מען טענה'ט זיך און מען הערט אויס ליצנות אויף א צדיק וכו', סוף כל סוף בלייבט איבער אינעם מענטש די ליצנות וכו' און דאס שלעפט אים נאכדעם אינגאנצן אוועק וכו'.


מען זעט די וואך אין די פרשה (פרשת בשלח, שמות יג, יז) אז דער אייבערשטער האט געדארפט ארום פירן גאנץ כלל ישראל, נאר וועגן דעם אז זיי זאלן זיך נישט אנטרעפן מיט די פלישתים וואס זענען געווען גרויסע ליצים, זיי וואלטן אלעס אוועק געמאכט און די אידן וואלטן זיך צוריק געקערט קיין מצרים.


ליצנות איז אזא הארבע זאך אז אפילו א מענטש הערט צענדליגער דרשות פון יראת שמים און התחזקות און עס קומט א לץ און זאגט א ווערטל קעגן אים וכו', איז עס שטערקער פון אלע דרשות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", גיוואלד, די וועלט איז פיל מיט ליכט און וואונדערליכע סודות און דער קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום רבי'ן און הערט שיינע עצות און התחזקות ווי אזוי מען קען לעבן א שיינע לעבן און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן - סיי מיט זיך אליין, מיט פרנסה, מיט א ווייב, מיט קינדער און מיט וואס נישט וכו' וכו'; ווייל דער רבי האט דאך עצות אויף טריט און שריט, אבער - גיוואלד און געשריגן: "דאס קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס", אז א פרישער מקורב טרעפט אן א לץ און דער לץ פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך?" און יענער ענטפערט אים אז ער האט געטראפן א ליכטיגע ווינקל וואו ער איז זיך מחי' און ער האט אנגעהויבן לעבן וכו' וכו', מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול און יענער טראכט שוין וכו'... אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד"; און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "גיוואלד, גיוואלד".


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם פסוק אין משלי (ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו נאר קלוג פאר דיר "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פון דיר אליין ליצנות; ווען איינער מאכט ליצנות פון דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד מאכט ער נישט ליצנות פון רבי'ן נאר ער מאכט ליצנות פון זיך אליין. ווייל ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג אין לעבן וועט גארנישט ניצן; אבער דער וואס האט יא געפאלגט דעם רבי'ן ביי אים וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן - ער וועט לאכן ביים לעצטן טאג.


געדענק: "לאכן, לאכט דער וואס לאכט צום לעצט"; ווער לאכט באמת? דער וואס לאכט ביים סוף. ווען איינער מאכט אוועק דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, ער לאכט און מאכט ליצנות אז עס הייסט נישט געלערנט, ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג און די אלע וואס האבן יא אנגענומען דעם רבי'נס "סדר דרך הלימוד" וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן אנגעפילט מיט תורה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר; און אלע מדרשים; דעמאלט וועט זיין א גרויס געלעכטער, ווייל ביי יענעם וועט מקוים ווערן וואס שטייט (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", וואס דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס ער האט נישט אויסגעניצט זיינע יארן און זיין נשמה קלאגט: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפ געקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.


פאריגע וואך שרייבט מיר א אינגערמאן א תלמיד פון ישיבה אז ער האט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין הונדערט און זעכציג מאל ששה סדרי משנה; ער האט מיר ממש מחי' געווען, ווייל זה חלקי מכל עמלי, אז איך בין זוכה אריין צו לייגן אין יונגע בחורים זיי זאלן לערנען די הייליגע תורה, אריין צו לייגן אין זיי דעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד", אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. און מען זאל וויסן אז נאר די תורה קען ראטעווען א מענטש, נאר תורה איז א פלאץ וואו א מענטש קען אנטלויפן און וואו מען קען געראטעוועט ווערן פון אלע שוועריקייטן.


דערפאר בעט איך דיר זייער, אנטלויף פון ליצים, טענה דיר נישט מיט קיינעם און הער נישט אויס קיין שום ליצנות. נעם דעם הייליגן רבינ'ס עצות בתמימות ופשיטות, הייב אן לערנען יעדן טאג אביסל חומש, אפאר פרקים משניות און דפים גמרא. איך ווארט צו הערן פון דיר ווען דו מאכסט א סיום אויף משניות אדער אויף גמרא, דאס געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין.


א גוטן טאג, איך לויף אריין צו די בחורים.