מכתב יומי

ז שבט תשפ"א

January 20 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


געב דיין מעשר פאר די גבאים וואס ארבעטן פאר מיר - האברך שבתי מארקוס און האברך אשר בער נרם יאיר; אז דו געבסט זיי צדקה איז שוין נכלל אין דעם אלע צדקות [זע די לינק ביים סוף פון דעם בריוו]. אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, הדפסה, כולל און נאך צענדליגער זאכן וואס מען קען אפילו נישט אויסרעכענען, וואס עס קומט ארויס פון דעם פלאץ; וויפיל אידישע שטובער ווערן אויפגעראכטן, וויפיל קינדער הייבן אן לעבן פון די פלאץ.


היינט איז דאס שוין אויך הכנסת כלה; נעכטן איז געווען די ניינצנסטע חתונה, הבחור החתן ... נרו יאיר האט חתונה געהאט, יעצט קומט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף די חתונה פון מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א, די צוואנציגסטע חתונה.


מאך א חשבון וויפיל געלט מיר האבן געשפארט פאר אנשי שלומינו ביים חתונה מאכן די קינדער, וויפיל בר מצוה'ס וכו' וכו', אלעס בחינם; אז דו וועסט געבן דיין מעשר פאר די גבאים וועסטו האבן א חלק אין אלע גוטע זאכן.


איך וויל דיר מודיע זיין אז עס טוט זיך יעצט שמחות אין ישיבה, איין שידוך נאכן צווייטן; נעכטן איז הבחור ... א חתן געווארן, די כלה איז א תלמידה פון די טעלעפאן, זי האט געזאגט פאר אירע עלטערן אז זי וויל א חתן א תלמיד היכל הקודש; ממש וואס מוהרא"ש האט געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים פון ישיבה"; ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט איז דאס געווען א חלום, היינט זעט מען דאס ממש בחוש, זייער אסאך משפחות ווילן נעמען איידעמער תלמידי היכל הקודש וואס זענען אנגעגרייט צום לעבן, איידעמער וואס וועלן זיך פירן מיט די וועג פון רבי'ן.


מוצאי שבת פרשת יתרו וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א מלוה מלכה לטובת די רענט קאמפיין; איך וויל דיר זען, לייג אוועק דעם מוצאי שבת צו קומען מיטהאלטן.


קומענדיגע וואך, מוצאי שבת פרשת בשלח וועט זיין א מלוה מלכה לכבוד די פינפטע יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פאר מענער, פרויען און קינדער; אלע זענען געלאדנט. מיר וועלן זיך טיילן מיט די ירושה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


לינק צו פעיפאל: https://www.paypal.com/donate?hosted_button_id=YC5AJQMZPUVCQ


קוויקפעי אימעיל אדרעסס: breslevoffice@gmail.com


טעלאפאון: 347-666-2803


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


בעפארן ליכט צינדן, ווען איר געבט צדקה, זאלט איר אינזין האבן אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי זאלן האבן ישוב הדעת, זיצן רואיג מיט די קינדער, לערנען מיט זיי און אריינלייגן אין זיי יראת שמים און מידות טובות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל", איין פרוטה און נאך א פרוטה נעמען זיך צוזאמען אויף א גרויסע חשבון, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריינגיין אינעם מענטש; די אלע פרוטות נעמען זיך צאם און ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


נעמט אהיים א פושקע פונעם גבאי, האברך אהרן פיש נרו יאיר; ער העלפט מיר צאלן די מלמדים און טיטשערס פון אונזערע מוסדות היכל הקודש פון וויליאמסבורג, מאנרא און קרית ברסלב ליבערטי; ער האט עס געגעבן א נאמען "בָּנֵינוּ" - אונזערע קינדער.


מיר וועלן אלעס טון אז אונזערע קינדער זאלן באקומען דאס בעסטע חינוך.