מכתב יומי
ז תמוז תשע"ט
July 10 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מוהרא"ש חזר'ט אן א שיעור מאל אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): עס גייט ארויס א בת קול פון הימל יעדן טאג וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער – זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר?" ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.
איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, גיי ארום מיט א שמייכל אפילו עס איז דיר זייער שווער וכו'; עס גייט אריבער אויף דיר דחקות ועניות, דו שפירסטו ווי דו טראגסט עס מער נישט איבער, דאך פראביר מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.
דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט איבער אויף דיר אזוי ווי דו וואלסט דאס פארציילט פאר א חבר. מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל שוין רחמנות האבן.
היינט נאכט איז דא א שיעור פאר די פרויען אין בחורים קעמפ - מחנה היכל הקודש ברסלב.
אם ירצה ה' אין די קומענדיגע וואכן וועט זיין א חנוכת הבית אין מיידל קעמפ; איך וועל דיר מודיע זיין ווען דאס וועט זיין.
איך וויל זייער שטארק דו זאלסט זיין מיט אונז ראש השנה אין אומאן; מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט: "זע צו זיין צוזאמען מיט דיינע תלמידים אין אומאן". אויך ווייסטו דעם סיפור אז מוהרא"ש האט דעם לעצטן ראש השנה מיר געבעטן איך זאל אים אוועק לייגן א בעט, ער וויל זיין מיט אונז ראש השנה; ודי למבין.
אזוי ווי עס זעט אויס וועט דער ברית זיין אין צייט זונטאג פרשת בלק; דער ברית וועל איך מאכן אם ירצה ה' ביי מיין גרויס'ן זייד'ן דער קארלסבורגער רב שליט"א אין בארא פארק, און די וואכט נאכט וועט זיין אי"ה מוצאי שבת אין קעמפ בעת סעודת מלוה מלכה.