מכתב יומי

יד תמוז תשפ"ב

July 13 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יב, כה): "דְּאָגָה בְלֶב אִישׁ" א זארג אין הארץ פון א מענטש, "יַשְׁחֶנָּה" זאל ער דאס אוועקנעמען פון זיין קאפ, נישט טראכטן פון דעם.


מיט די הקדמות פון רבי'ן קען מען זאגן: "יַשְׁחֶנָּה" - מלשון שיחה, שמועסן; "דְּאָגָה בְלֶב אִישׁ" - אן עצה פאר אלע זארג, "יְשִֹיחֶנָה" - שמועס עס אויס מיט'ן אייבערשטן; וועט אוועק גיין אלע זארג.


"וְדָבָר טוֹב" און גוטע ווערטער, "יְשַׂמְּחֶנָּה" מאכט פרייליך; אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דערציילט אים אלעס וואס שטערט, אלע דאגות, אלעס וואס גייט אריבער - ווערט מען פרייליך. ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן מאכט א שטארקע אמונה, מען הויבט אן גלייבן מיט א שטארקע אמונה אז אלעס איז לטובה, אז אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון פונעם אייבערשטן, און אז עס איז פונעם אייבערשטן איז דאס נאר גוט, מען הויבט אן זען "וְדָבָר טוֹב" - אלעס איז צום גוטן; אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען: "רבונו של עולם, אז עס גייט מיר גוט - איז דאס פון דיר, און אז חלילה פארקערט - איז דאס אויך פון דיר, און אז עס איז פון דיר - איז דאס זיכער גוט".


צו די מדריגה פון די גרויסע צדיקים קען יעדער זוכה זיין אויב מען גייט מיט די עבודה פון התבודדות ותפלה, פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.