מכתב יומי

ז תשרי תשע"ח

September 27 2017

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-א', ז' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו יום כיפורים, וואס דער טאג איז זייער א גרויסע טאג. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו-רבה, פרק א) אויפן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם", זֶה יוֹם הַכִּפּוּרִים, וואס אין דעם טאג איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה ג, ח) אויפן פסוק (בראשית א, ה): "'וַיְּהִי עֶרֶב וַיְּהִי בֹּקֶר יוֹם אֶחָד', זֶה יוֹם כִּפּוּרִים"; וואס אין דעם טאג איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זינד וואס מיר טוען א גאנץ יאר, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא טז, ל): "כִּי-בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ".


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז יום כיפור איז א שרעקעדיגע טאג, א טאג וואס מען דארף זיין צעבראכן, א טאג וואס מען איז נערוועז, א טאג פון מרה שחורה; עס איז אבער נישט אזוי, נאר באמת איז יום כיפור די פרייליכסטע טאג פונעם יאר, ווייל אין דעם טאג איז דער אייבערשטער אונז מוחל אלע עבירות און מיר ווערן אינגאנצן אויסגערייניגט.


בכלל איז א טעות וואס מענטשן מיינען אז ווי מער צעבראכן און אנגעזעצט מען איז, איז מען א גרעסערער צדיק; ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן: "מענטשן מיינען אז צו זיין א צדיק מוז מען האבן 'עשרה קבין מרה שחורה' און צו זיין פון די ל"ו צדיקים מוז מען זיין א וואסער טרעגער וכו', אבער עס איז נישט אזוי - האט ער אויסגעפירט - נאר מען קען זיין א פרייליכער איד, א לוסטיגער איד, און נאך אלץ זיין א גרויסער צדיק און דבוק צום אייבערשטן, און מען קען זיין א גרויסער עשיר און א בעל הבית, אזוי ווי ר' אברהם בערניו (אן אייניקל פון רבי'ן) און זיין איינער פון די ל"ו צדיקים".


זע צו גיין מיט דיין ווייב אין קינדער צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן, און צו דיינע זיידעס און באבעס פאר יום כיפור צו נעמען א ברכה פון זיי, זיי זאלן דיר בענטשן און בענטשן דיינע קינדער. עס איז א גרויסע זאך ווען עלטערן בענטשן די קינדער, און דאס איז חוץ פון די מצוה פון 'כיבוד אב ואם' וואס מען כאפט אריין פאר יום כיפור. עלטערן פרייען זיך ווען קינדער קומען צו זיי באזוכן יעדע שטיק צייט. דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען נוצט אויס די טעג, און דו זאלסט וויסן וואס עס איז חשוב אויבן אין הימל. מענטשן טראכטן אז אויבן אין הימל איז חשוב תעניתים און סיגופים, זיין צעבראכן און ערנסט וכו' וכו', עס איז נישט אזוי, אויבן אין הימל איז חשוב ווען מען מאכט א נחת רוח פאר א טאטע מאמע, שווער און שוויגער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות מט:) אויפן פסוק (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים, ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, און יום כיפורים פארזיגלט מען דעם פסק; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די עשרת ימי תשובה אז מיר זאלן קענען תשובה טון און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, מען דארף אבער געדענקען אז אויף אלעס העלפט תשובה, חוץ אז מען טשעפעט א צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לְמָקוֹם יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר, עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ"; אויב א מענטש טוט וויי א צווייטן דארף ער יענעם איבער בעטן, ווער רעדט נאך אז מען איז שולדיג געלט פאר א צווייטן, דארף מען יענעם באצאלן, אדער זיך דורך קומען מיט יענעם, אים בעטן ער זאל ווארטן נאך אביסל ביז ער וועט אים קענען באצאלן.


איך וויל בעטן די אלע וואס זענען שולדיג געלט פאר שכר לימוד אדער פאר זייער באנגעלאו און זיי מאכן זיך נישט וואוסענדיג א גאנץ יאר; יעצט ווען מיר שטייען פאר יום הקדוש זאלט איר זיך מאכן א חשבון הנפש און קומען באצאלן וואס מען איז שולדיג פארן מוסד. אויב מען צאלט נישט קיין שכר לימוד איז מען א גוזל את הרבים, איך שטיי און איך מוטשע מיך צו קענען באצאלן די מלמדים און די טיטשערס וואס ארבעטן מיט מסירות נפש, אזוי איבערגעגעבן; פארוואס זאלן מענטשן זיין אזוי לייכטזיניג און ניטאמאל זיך וואוסענדיג מאכן ווען מען בעט במשך א גאנץ יאר שכר לימוד, פארוואס איז שכר לימוד די לעצטע זאך אויף די ליסט פון וואס מען דארף שאפן געלט? דערפאר בעט איך דיר זייער, מאך דיר א חשבון אויב דו וועסט קענען זאגן יום כיפור ביי נעילה: "לְמַעַן נֶחְדַל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ".


זיי מתפלל פאר מיר - יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט מיין ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.