מכתב יומי

יג אב תשע"ט

August 14 2019

[די *בחורים* בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך וואונדער זיך צו דו ביסט נאך פון פריש מקורב ביים רבי'ן, צי דו מאכסט התבודדות יעדן טאג און צי דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן.


בעט דעם אייבערשטן אז דיין התקרבות זאל נישט זיין אלט און דו זאלסט שטענדיג זיין א פרישער מקורב. ווען דו זאגסט תהילים און דו קומסט אן צו די תפילה וואס דוד המלך בעט (תהלים עא, ט): "אַל תַּשְׁלִיכֵנִי לְעֵת זִקְנָה כִּכְלוֹת כֹּחִי אַל תַּעַזְבֵנִי", זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל נישט זיין אלט, איך וויל שטענדיג זיין יונג און פריש; איך וויל זיין א פרישער מקורב, איך וויל לעבן מיטן רבי'ן, איך וויל זיך מחי' זיין מיט יעדע שיחה פון רבי'ן, איך וויל נישט זיין אויסגעלאשן".


מיר האבן אזעלכע שיינע עצות פון רבי'ן מיט וואס זיך מחי' צו זיין. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפן טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארימעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; דער רבי האט פאר אונז גאר גוטע עצות ווי אזוי מיר קענען זיין גרויסע עשירים, מיר דארפן נאר האבן גוטע חברים מיט וועם זיך צו מחזק זיין.


עס זינגט זיך שוין: "אומאן, אומאן, ראש השנה!" מיר פרייען זיך אז מיר פארן שוין אין זעקס וואכן צום הייליגן רבינ'ס ציון. מיר פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות; אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה פארן מיר מיט די גרעסטע מסירות נפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך ווייס נישט צי דו האסט שוין געהערט די מעשה וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש אין קעמפ זומער שנת תשע"א, די דריטע יאר פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה.


מיר זענען געווען אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" - עלענוויל ניו יארק. און עס זענען נישט געווען קיין חתנים אין ישיבה; מען האט אונז מבזה געווען אויף א שרעקליכן אופן, מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו' וואס דאס האט געברענגט אז עס זאל נישט זיין קיין שידוכים, מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.


איך האב דעמאלט געבעטן מוהרא"ש זכרונו לברכה ער זאל געבן ברכות פאר די בחורים אז עס זאל זיין שידוכים, ווייל די בחורים וויינען צו מיר אז זיי ווילן חתונה האבן וכו'. מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז געקומען אין קעמפ און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב, ביי די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אזוי: "איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט"ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה"; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכ'ן צווייטן; אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט און זיי האבן א שיינע לעבן.


בעט איך דיר זייער, זיי נישט קיין בטלן! יעצט גייט אויך אן די ברכה פון מוהרא"ש, אז דו וועסט נעמען מסכת תענית פון דעם פרייטאג ט"ו באב און לערנען די גאנצע מסכתא יעדן טאג פאר פערציג טעג אין איין צי וועסטו טרעפן דיין שידוך.


שטארק זיך און גיי ארום מיט א שמייכל.