מכתב יומי

ח אדר תשע"ח

February 23 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין אין זייער א גרויסער שבת, די וואך איז שבת זכור; מיר גייען זוכה זיין צו מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אויסצומעקן עמלק.


זע צו קומען אין שול שבת אינדערפרי און אויסהערן דאס ליינען, ווייל לויט א טייל פוסקים איז דאס א מצות עשה מן התורה.


עס זענען דא פרויען וואס זענען זייער מקפיד צו גיין אין שול הערן פרשת זכור, נאכדעם זענען דא וואס קומען נישט אן צו גיין אין שול און זיי פארלאזן זיך אויף פורים אינדערפרי, ווען זיי קומען אין שול הערן די מגילה דעמאלט ליינט דער בעל קורא די פרשה פון ויבא עמלק.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות שבת, חלק ב סי' א): "הַשַׁבָּת נוֹתֶנֶת חַיִים גַּשְׁמִיִּים גַם כֵּן", שבת געבט צו א שטיק לעבן פארן מענטש; א מענטש וואס פרייט זיך מיטן שבת ווערט פשוט יונגער און געזונטער. דערפאר זע צו זיין פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב, דורכדעם וועט דיר צוקומען א שטיק לעבן.


געב אכטונג אז עס זאל נישט זיין קיין שום רייבערייען צווישן דיר אין דיין ווייב. וויסן זאלסטו אז דער ס"מ טוט אלעס אויף דער וועלט אז שבת זאל זיין עפעס א מחלוקה צווישן מאן אין ווייב, ווייל דער הייליגער אריז"ל זאגט (לקוטי תורה, פרשת כי תשא) אז די ראשי תיבות פון די ווערטער (שמות לא, טז): "וְשָׁמְרוּ בְ'נֵי יִ'שְׂרָאֵל אֶ'ת הַ'שַּׁבָּת" איז בִּיאָה; צו ווייזן אז שבת דארף מען זען צו זיין צוזאמען וכו'. ווען מאן און ווייב זענען בשלום ווערט דער יצר הרע פארברענט, ער דארף איבער לאזן די הויז און זוכן א צווייטע פלאץ וואו צו גיין איבערדרייען, דעריבער זוכט ער פון אלע זייטן ווי ער קען אוועק נעמען די ליבשאפט אין שטוב.


מוהרא"ש האט געזאגט: פארוואס לייגט מען אין שלאף צימער א בילד פון די חתונה? ווייל יעדעס מאל מען וועט קוקן אויפן בילד וועט מען זיך דערמאנען און מען וועט זאגן: "מיר זענען געווען אזוי פרייליך ביי אונזער חתונה און מיר האבן זיך אזוי ליב געהאט, מיר האבן זיך געקוקט איינער דעם צווייטן אין די אויגן אריין מיט א טיפע ליבשאפט וכו' וכו', נו פארוואס זאלן מיר זיך נישט יעצט ליב האבן אזוי, פארוואס זאלן מיר זיין אזוי פארביטערט איינער אויפן צווייטן?!"


די וואך מעקט מען אויס עמלק; וואס וויל עמלק, וואס איז עמלק? עמל"ק באטרעפט אזוי ווי ספ"ק, דער עיקר פון עמלק איז אריין צו ברענגען ספיקות אינעם מענטש, "וועל איך נאך האבן א תקנה?" "קען איך נאך תשובה טון?" "דער אייבערשטער דארף מיר נאך האבן?" "ווערן מיינע תפילות אויך אנגענומען?" דאס אלעס און נאך ברענגט עמלק אריין אינעם מענטש, אז דער מענטש זאל טראכטן אז דער אייבערשטער איז נישט מיט אים און אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, אזוי ווי עס שטייט (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; און גלייך נאכדעם שטייט "ויבא עמלק".


מיר דארפן אויסמעקן עמלק דורכדעם וואס מיר וועלן ארויס נעמען פון זיך די אלע ספקות ובלבולים וכו'; מיר דארפן גלייבן אינעם אייבערשטן, אז דער אייבערשטער איז מיט אונז ביי אונז און נעבן אונז, דער אייבערשטער הערט צו אונזערע תפילות. אזוי אויך דארפן מיר האבן אמונה אין זיך און שטענדיג טראכטן: 'יעדע זאך וואס איך טו, האט דער אייבערשטער א נחת רוח פון דעם'; בפרט ווען א מענטש האט שכל און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס עס טוט זיך אפ אין הימל און וואסערע רעש עס ווערט דערפון. אלע קליפות און מקטריגים ווערן פארברענט פון דעם.


א פרייליכן שבת.